יאָר פֿון לערנען אין אַמעריקע

Jewish Gap-Year Program, but Not in Israel

אַ גרופּע סטודענטן העלפֿן בויען אַ הויז פֿאַר אָרעמע לײַט, בעת דער פּילאָט־פּראָגראַם פֿון „תּיבֿנו‟ דעם זומער
Tivnu
אַ גרופּע סטודענטן העלפֿן בויען אַ הויז פֿאַר אָרעמע לײַט, בעת דער פּילאָט־פּראָגראַם פֿון „תּיבֿנו‟ דעם זומער

פֿון חווה ליבער (Forward)

Published August 22, 2013, issue of September 13, 2013.

במשך פֿון די לעצטע צוואָנציק יאָר איז געוואָרן אַ פֿאַרשפּרייטע טראַדיציע בײַ די ייִדישע מיטלשול־גראַדואַנטן צו פֿאָרן קיין ישׂראל אויף אַ יאָר, איידער זיי הייבן אָן צו שטודירן אין קאָלעדזש. במשך פֿונעם יאָר לערנט מען זיך תּורה, מע פֿאָרט איבער דער ייִדישער מדינה אָדער מע באַטייליקט זיך אין פּראָיעקטן, וואָס העלפֿן פֿאַרבעסערן די געזעלשאַפֿט.

סטיוו אײַזענבאַך־בודנער, אַ סטאָליער אין פּאָרטלאַנד, אָרעגאַן, טענהט אָבער, אַז נישט אַלע יונגע ייִדן זענען גרייט צו פֿאָרן קיין ישׂראל אין יענער תּקופֿה פֿון זייער לעבן — אָדער אפֿשר פֿילן זיך די עלטערן נישט באַקוועם מיט דעם; האָט ער געגרינדעט אַן איין־יאָריקע פּראָגראַם אין פּאָרטלאַנד, וווּ ייִדישע בחורים און מיידלעך זאָלן זיך לערנען תּורה און גלײַכצײַטיק העלפֿן בויען הײַזער פֿאַר אָרעמע לײַט.

די פּראָגראַם, וואָס הייסט „תּיבֿנו‟, וועט זיך אָנהייבן אויגוסט 2014, און אַרײַננעמען 15 סטודענטן. דער שׂכר־לימוד וועט באַטרעפֿן 26,000$, דאָס עסן וועט זײַן כּשר און מע וועט נישט אַרבעטן שבת. די אָרגאַניזאַציע איז אָבער נישט פֿאַרבונדן מיט קיין ספּעציפֿישער ייִדישער דענאָמינאַציע.

ד״ר וויליאַם דערעסיעוויץ, אַ געוועזענער ענגליש־פּראָפֿעסאָר פֿון יעל־אוניווערסיטעט, העלפֿט אײַזענבאַך־בודנער אַנטוויקלען דעם קוריקולום. צווישן די טעקסטן, וואָס מע וועט לערנען די סטודענטן וועלן זײַן פּרקים פֿונעם רמב״ם און פּאָעזיע וועגן די ייִדישע אַרבעטער אין סוועטשאַפּ בעת די 1900ער יאָרן. די סטודענטן וועלן אויך לערנען וועגן פֿאַרשידענע תּקופֿות פֿון דער ייִדישער געשיכטע, ווען די ייִדן האָבן אָנטיילגענומען אין ענלעכע פּראָיעקטן ווי „תּיבֿנו‟, ווי, למשל, די קיבוץ־באַוועגונג און די אוטאָפּישע עקספּערימענטן.

תּמר פּאַלגאָן, אַ 17־יאָריקע סטודענטקע פֿון טינעק, ניו־דזשערזי, זאָגט, אַז זי קלערט ערנסט וועגן זיך אָנשליסן אין דער פּראָגראַם. דעם איצטיקן זומער האָט זי אָנטיילגענומען אין אַ פּילאָט־פּראָגראַם פֿון „תּיבֿנו‟, וווּ די יונגע לײַט האָבן געבויט דרויסנדיקע ביבליאָטעקן פֿאַרן פּובליקום און פֿאַרפֿלאַנצט גערטנער.

„די אַרבעט איז שווער, אָבער איך האָב עס ליב,‟ האָט זי געזאָגט.



Would you like to receive updates about new stories?




















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.