ניימעגענער שיל

Nijmegen Shul

פֿון ייִט״אַ

Published August 25, 2013, issue of September 13, 2013.

די היסטאָרישע שיל אין ניימעגען
די היסטאָרישע שיל אין ניימעגען

די אַדמיניסטראַציע פֿון דער שטאָט ניימעגען, אינעם מיזרחדיקן טייל פֿון האָלאַנד, האָט צוגעזאָגט אויסצוגעבן כּמעט 750,000 דאָלאַר צו רעסטאַוורירן די אָרטיקע היסטאָרישע שיל. איצט געפֿינט זיך אינעם געוועזענעם שיל-בנין אַ מוזיי, וועלכן מע פּלאַנירט אַריבערצופֿירן אין אַן אַנדער אָרט.

דעם 22סטן אויגוסט האָט די צײַטונג „דע געלדערלאַנדער‟ איבערגעגעבן, אַז אינעם יאָר 2015 וועט דער שטאָטישער מוזיי פֿון נאַטור-וויסנשאַפֿט, לויט ןפּלאַן, אַריבער אין אַ נײַעם פּלאַץ. דעמאָלט וועט דער בנין קאָנען ווידער פֿונקציאָנירן ווי אַ שיל. יעם פֿאַן דען בורג, דער הויפּט פֿון דער נישט-קאָמערציעלער אָרגאַניזאַציע „די גרויסע שיל, אַ ייִדישע צוקונפֿט‟, האָט איבערגעגעבן דער צײַטונג, אַז די מוניציפּאַליטעט האָט מסכּים געווען אויסצוצאָלן 734,000 דאָלאַר פֿאַרן פּראָיעקט.

צום יאָר 2014, מוז וואַן דען בורג קודם אויסאַרבעטן אַ קאָנקרעטן פּלאַן פֿון אַ נײַעם ייִדישן קולטור-צענטער מיט אַ שיל, וואָס וועט זיך עפֿענען אינעם איצטיקן מוזיי־בנין. הײַיאָר, וועט דער שטאָט-ראַט באַטראַכטן דעם פּלאַן. האַני אַרט, אַ פֿאָרשטייערין פֿונעם ראַט, איז זיכער, אַז דער פּלאַן וועט אָנגענומען ווערן.

אינעם פּעריאָד פֿון 1913 ביז 1943 האָט דער בנין באַדינט די ייִדישע קהילה אין ניימעגען, בערך 500 נפֿשות. די נאַציס האָבן פֿאַרניכטעט כּמעט אַלע אָרטיקע ייִדן; די קליינע צאָל ניצול-געוואָרענע פֿון דער שארית־הפּליטה האָבן נישט געהאַט גענוג געלט אונטערצוהאַלטן די שיל און האָבן געמוזט פֿאַרקויפֿן דעם בנין. בסך-הכּל, זענען אין האָלאַנד אומגעקומען דרײַ פֿערטל פֿון דער אַמאָליקער 140־טויזנטיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג.

וואַן דען בורג פֿאַרנעמט זיך מיטן מצבֿ פֿונעם ייִדישן בית-עולם אין ניימעגען און פֿאָרשט די אינפֿאָרמאַציע וועגן ייִדן אין די מוניציפּאַלע אַרכיוון. זינט 2012, האָבן דרײַ האָלענדישע שטעט — ווערקענדאַם, אַמסטערדאַם און ווליסינגען — איבערגעגעבן פֿינף גרויסע בנינים צו די ייִדישע קהילות.