חסידים פֿאַרלאָזן טשאַרלס הײַנז

Hasidim Abandoning Charles Hynes

דער קאַנדידאַט, קען טאָמפּסאָן, בעת זײַן באַזוך אין די קעטסקיל־בערג
דער קאַנדידאַט, קען טאָמפּסאָן, בעת זײַן באַזוך אין די קעטסקיל־בערג

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published August 25, 2013, issue of September 13, 2013.

במשך פֿון דער יאָרן־לאַנגער שטורמישער באַציִונג צווישן דעם ברוקלינער הויפּט־פּראָקוראָר, טשאַרלס הײַנז, און דער אָרטיקער חסידישער באַפֿעלקערונג, האָט הײַנז זיך פֿאָרט תּמיד געקאָנט פֿאַרלאָזן אויף די שטימען פֿונעם חסידישן בלאָק.

דאָס מאָל איז עס אָבער גאָר נישט קיין זיכערע זאַך…

אין די לעצטע וואָכן פֿאַר די דעמאָקראַטישע נאָמיניר־וואַלן, האָט הײַנזס קאָנקורענט — קענעט דזשאָנסאָן, אַ געוועזענער פֿעדעראַלער פּראָקוראָר — צוגעצויגן אַ ממשותדיקע שטיצע פֿון די סאַטמערער און אַנדערע חסידישע קרײַזן. לויט אַן אומפֿאָרמעלער אַנקעטע בײַ JP Updates, אַ וועבזײַט וואָס גיט איבער פּאָליטישע נײַעס פֿאַר דער פֿרומער קהילה, זעט מען גלײַך, אַז הײַנז וואָלט זיך געמעגט אַ ביסל זאָרגן. אויף דער פֿראַגע, ווער איז דער בעסערער קאַנדידאַט פֿאַר ברוקלינער הויפּט־פּראָקוראָר, האָבן 58.6% פֿון די באַטייליקטע געענטפֿערט „קען טאָמפּסאָן‟; 29.3% — „טשאַרלס הײַנז‟, און 12.1% — אַז זיי ווייסן נישט.

די וואָך איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן דורך דער אינטערנעץ אַ רעקלאַמע אויף ייִדיש, וואָס שטיצט טאָמפּסאָנען, הגם די כּוונה פֿונעם נאַראַטאָר איז גיכער אַן אַטאַק אויף הײַנזן, ווי אַ לויב פֿאַר טאָמפּסאָנען. ער רעכנט אויס אַ צאָל פֿאַלן, וווּ הײַנז האָט די חסידישע קהילה, אַ פּנים, באַעוולט, זינט זײַן דערוויילט ווערן אין 1989: דאָס באַפֿרײַען פֿיר פּאָליציאַנטן, וועלכע האָבן אין 1999 דערשאָסן אַ גײַסטיק קראַנקן ייִד, גדעון בוש, וואָס האָט זיי געסטראַשעט מיט אַ האַמער; הײַנז האָט אַרעסטירט אַ חסידישן רבֿ, בייריש פֿריילעך, נאָך דעם ווי פֿריילעך האָט „פּראָבירט צו העלפֿן אַ ייִדיש קינד‟; דאָס באַשטראָפֿן דעם פֿאַמישפּטן באַלעסטיקער, נחמיה וועבערמאַן צו 103 יאָר תּפֿיסה, „ווען אין פֿאַקט איז דער מאַקסימום — 50 יאָר‟.

ספּעציעל שאַרף קריטיקירט דער נאַראַטאָר הײַנזס דערקלערונג, אַז די „חסידישע ׳קאָמיוניוי׳ [קהילה] איז ערגער פֿון דער מאַפֿיאַ‟ — אַ באַמערקונג, וואָס הײַנז האָט געהאַט געמאַכט, בעת אַ שמועס וועגן דעם וואָס געוויסע סאַטמערער עסקנים האָבן, אַ פּנים, געסטראַשעט די געליטענע פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג און זייערע שטיצער.

הגם די שאַפֿער פֿון דער רעקלאַמע גיבן נישט אָן קיין נאָמען פֿונעם קאָמיטעט, וואָס האָט עס אַרויסגעלאָזט (עס שטייט בלויז, אַז דאָס איז אַ גרופּע חסידים אין ברוקלין), זעט מען אַ וואַקסנדיקע שטיצע פֿאַר טאָמפּסאָנען אויך פֿון אַנדערע קוואַלן. דבֿ הײַקינד, דער דעמאָקראַטישער שטאַט־אַסעמבלעמאַן (און פֿרומער ייִד), וועלכער רעפּרעזענטירט באָראָ־פּאַרק, אַ געגנט מיט אַ סך חסידישע אײַנוווינער, האָט אין יולי אָפֿיציעל געשטיצט טאָמפּסאָנען. בעת הײַקינד און טאָמפּסאָן האָבן שפּאַצירט צוזאַמען איבער די גאַסן פֿון באָראָ־פּאַרק, באַזוכט אַ ייִדיש מוזיק־געוועלב און אַרײַנגעכאַפּט אַ כּשרע פּיצע, האָט הײַקינד אים פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אַלע פֿאַרבײַגייער, רופֿנדיק זיי צו שטימען פֿאַר אים אין די נאָמיניר־וואַלן.

דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק איז טאָמפּסאָן אַרויסגעפֿאָרן אין די קאַטסקיל־בערג, וווּ אַ סך חסידים פֿאַרברענגען זייערע וואַקאַציע־טעג. באַזוכנדיק דעם סקווערער זומער־לאַגער פֿאַר ייִנגלעך, האָט ער זיך געטראָפֿן מיטן סקווערער רבין פֿון באָראָ־פּאַרק, הרבֿ טווערסקי; זיך באַקענט מיטן פּערסאָנאַל און די קעמפּערס פֿונעם סאַטמערער לאַגער פֿאַר ייִנגלעך; איז אויפֿגענומען געוואָרן פֿונעם קראָליער רבין, הרבֿ האָראָוויץ, און בעת אַ וויזיט אין דער וווּדבערנער שיל, איז ער וואַרעם באַגריסט געוואָרן פֿונעם ניקלסבורגער רבין, הרבֿ יונגרײַס.

טאָמפּסאָנס ביוראָ האָט געמאָלדן, אַז דער קאַנדידאַט האָט אַפֿילו באַקומען אַ ברכה סײַ פֿונעם סקווערער רבין, סײַ פֿונעם קראָליער. שטעלט זיך די פֿראַגע: מיינט אַ „ברכה‟ פֿון די אָנגעזעענע פֿיגורן, אַז זיי האָבן אים אָפֿיציעל געשטיצט ווי אַ פּאָליטישער קאַנדידאַט? „לאוו דווקא,‟ האָט שמעון ראָלניצקי, דער רעדאַקטאָר פֿונעם חסידישן זשורנאַל „דער שטערן‟ געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „ס׳איז אָבער אַן אָנדײַט, אַז דער קאַנדידאַט איז כּשר.‟

„די חסידישע וויילער האָבן תּמיד געהאַט אַ ׳לאָוו־הייט ריליישאָנשיפּ׳ מיט הײַנז,‟ האָט ראָלניצקי באַמערקט; כּסדר קריגט מען זיך און מע בעט זיך איבער. „אָבער די לעצטע פּאָר חדשים זענען די חסידים מוראדיק ברוגז אויף אים, ווײַל זינט די מעדיאַ האָט אים אַראָפּגעריסן פֿאַר זײַן ׳צו גוט׳ צו די חסידים, טוט ער איצט פּונקט פֿאַרקערט, און איז צו האַרב.‟

ווי אַ משל, ברענגט ראָלניצקי דעם ענין פֿון די פֿיר חסידישע בחורים, וואָס זענען אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר פֿאָטאָגראַפֿירן אין געריכט דאָס מיידל, וואָס באַשולדיקט וועבערמאַן אין באַלעסטיקן זי, און עס אַרומשיקן איבער דער אינטערנעץ. „הײַנז האָט גלײַך גערופֿן אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, זאָגנדיק, אַז די פֿיר האָבן געפּרוּווט זי אָנשרעקן, אָבער אין דער אמתן, זענען זיי סתּם פֿיר אומוויסנדע יונגע לײַט, וואָס האָבן געוואָלט זיך באַרימען פֿאַר זייערע חבֿרים.‟

דאָס וואָס הײַנז איז אַ מאָל „אַ גוטער פֿרײַנד‟ פֿון דער קהילה, און אַן אַנדערש מאָל — נישט, ווײַזט, אַז ער איז אומסטאַביל, זאָגט ראָלניצקי. „טאָמפּסאָן זעט אויס מער פֿאַרלאָזלעך, נישט סתּם אַ ׳פּאָליטישאָן׳.‟

אין לעצטן סך־הכּל, איז ראָלניצקי אָבער נישט זיכער, צי טאָמפּסאָן וועט געווינען, ווײַל אַ סך חסידים וועלן מסתּמא סײַ־ווי שטימען פֿאַר הײַנז, און די חסידישע צײַטונג „דער בלאַט‟ האָט שוין טאַקע אָפֿיציעל אויסגעדריקט זײַן שטיצע פֿאַר אים.

„אַ טייל פֿון דער קהילה האָט מורא פֿאַר הײַנז, אַז טאָמער וועלן די חסידים נישט שטימען פֿאַר אים, און ער געווינט, וועט ער זיך נאָך נוקם זײַן אין דער קהילה. זיי האָפֿן, אַז אויב זיי שטיצן אים, וועט ער זײַן מער גינציק צו זיי.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.