אַ מעשׂה מיט אַ באָרד

A Story With a Beard


פֿון לייזער בורקאָ

Published August 25, 2013, issue of September 13, 2013.

וועגן דעם חשיבֿות פֿון בערד דאַרפֿן ייִדן ניט הערן קיין לאַנגע דרשות. זיי ווייסן עס און זיי שאַצן עס אָפּ, אַזוי ווי עס שטייט אין אונדזער הייליקער תּורה: “איר זאָלט ניט אָפּשנײַדן די רונד פֿון די ברעגן פֿון אײַער קאָפּ; און זאָלסט ניט פֿאַרדאַרבן די ברעגן פֿון דײַן באָרד” (תּרגום יהואש). אַ דאַנק דעם דאָזיקן פּסוק טראָגן ייִדן בערד שוין דרײַ טויזנט יאָר, און אין די פֿרומע קרײַזן האַלט מען נאָך הײַנט דעם “גאָלעבראָדניק”, דעם אָפּגעגאָלטן, ניט פֿאַר קיין אמתן ייִד. די באָרד האָט קדושה אין זיך, אַ ייִד קען אַפֿילו “שווערן בײַ באָרד און פּאות”.

אין 19טן י”ה האָבן די משׂכּילים זיך אַנטקעגן געשטעלט דער אַלטפֿרענקישער בערדיקייט, כּדי די ייִדן צוצופּאַסן צו דער אייראָפּעיִשער מאָדע. דערפֿאַר האָבן מיר אַזאַ אָפּלאַכעריש ליד ווי “די באָרד” פֿון מיכל גאָרדאָן, און אַזאַ אויסדרוק ווי: “בעסער אַ ייִד אָן אַ באָרד, איידער אַ באָרד אָן אַ ייִד”. נאָר ניט געקוקט אויף די באַמיִונגען פֿון אַלע רעפֿאָרמירער, איז דער סטערעאָטיפּישער ייִד געבליבן אַ בערדיקער. מע קען ניט אַוועק פֿון איר, די באָרד איז אַ פֿאַקט פֿון ייִדישן לעבן.

אַז די באָרד איז אַ פֿאַקט, וועלן אַלע מסכּים זײַן. אָבער עס פֿרעגט זיך ווײַטער: פֿאַר וואָס? צו וואָס דאַרף מען זי האָבן? עס דאַכט זיך, אַז די בערד ברענגען ניט קיין ספּעציעלע נוצן אָדער מעלות פֿאַר די מענער, וואָס טראָגן זיי. פֿאַרקערט, מענער פֿאַרנעמען זיך די גאַנצע צײַט מיט זיי: גאָלן, שערן צו, קוקן איבער, קאַמען, באַרשטן, פּוצן צו, צופּן, ציִען, קרײַזלען, קראַצן, אָדער נעמען אַרויס ברעקלעך, וואָס האָבן זיך צוגעקלעפּט צו די האָר. ס’איז דאָ מענער, וואָס אַ העלפֿט פֿונעם עסן און טרינקען (ספּעציעל ביר) גייט אַוועק אויף דער באָרד און דערגרייכט קיין מאָל ניט דאָס מויל. שוין אָפּגערעדט פֿון דער סכּנה, אַז די באָרד זאָל זיך, חלילה, צוטשעפּען אין עפּעס אַ מאַשין, אָדער אַז איין שלעגער זאָל אָנכאַפּן אַ צווייטן פֿאַר דער באָרד און אים גוט צעשלאָגן. נישט אומזיסט זאָגט מען: זיך רײַסן בײַ די בערד!

דער פֿרומער קען זיך טרייסטן, אַז גאָטס וועגן זײַנען פֿאַרהוילן, אָבער די באָרד מוז פֿאָרט שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אינעם געטלעכן פּלאַן. ווײַל ווי עס שטעלן זיך פֿאָר פּראָסטע ייִדן, טראָגט גאָט אַליין אַ באָרד — דערפֿאַר זאָגן מיר פֿאַר איינעם, וואָס לעבט אַ גוטן טאָג, וואָס עס גייט אים גוט, אַז “ער האָט אָנגעכאַפּט גאָט פֿאַר דער באָרד”.

אָבער דער סקעפּטיקער איז ניט צופֿרידן מיט דעם. ער פֿרעגט זיך, למשל, פֿאַר וואָס וואַקסן בערד נאָר בײַ די מענער? די ייִדישע פֿראַזעאָלאָגיע גיט איין מעגלעכן ענטפֿער: “בשעתן גאָלן די בערד קען מען נישט רעדן — דערפֿאַר וואַקסט נישט קיין באָרד בײַ די ווײַבער”. וועגן דער דערקלערונג וועלן אָבער די ווײַבער אַליין אפֿשר האָבן ספֿקות. זיכער איז אָבער, אַז די באָרד מאַכט פֿאַרן אויג אַ קלאָרן אונטערשייד צווישן מענער און פֿרויען — זי איז בײַ מענטשן דער סאַמע וויזועלער סימן פֿון מין. דערפֿאַר זאָגן ייִדן אויך: “ווען די באָבע וואָלט געהאַט אַ באָרד, וואָלט זי געווען אַ זיידע”.

לויט דער ביאָלאָגיע איז די באָרד אַ “סעקונדערע געשלעכט־כאַראַקטעריסטיק”, דאָס הייסט, איינע פֿון די אונטערשיידן צווישן די מינים, וואָס איז ניט דירעקט פֿאַרבונדן מיט דער סעקסועלער פֿאַרמערונג. דער בעסטער בײַשפּיל צווישן די בעלי־חיים איז דער וויידל פֿון דער פּאַווע: בײַם זכר וואַקסט אַ פּרעכטיק־שיינער, קאָלירפֿולער וויידל, וואָס זעט אויס ווי אַ גרויסער פֿעכער. דער דאָזיקער וויידל ברענגט ניט דעם זכר קיין שום פּראַקטישע נוץ; ער דאַרף אים כּסדר אַרומשלעפּן ווי אַ זאַק קאַרטאָפֿל. ווען אַ ווילדער הונט אָדער אַ טיגער יאָגט זיך נאָך אַ פּאַווע, וועט דער זכר גיכער פֿאַלן אַ קרבן, ווײַל ער טראָגט אַזוי פֿיל באַגאַזש.

אויב דער וויידל פֿאַלט אים אַזוי צו לאַסט, פֿרעגט זיך, צו וואָס דאַרף דער זכר אים טראָגן. און דער ענטפֿער איז קלאָר: ווײַל די פּאַווע־נקבֿות האָבן ליב אַ שיינעם, גרויסן וויידל. דער וויידל שרײַט אויס, אַזוי צו זאָגן: איך בין אַזאַ שטאַרקער און געזונטער זכר, אַז אַפֿילו דער טיגער האָט פֿאַר מיר מורא. דערפֿאַר האָבן די זכרים מיט די גרעסטע וויידלען מער הצלחה מיט די נקבֿות, און דערפֿאַר זײַנען, אין משך פֿון פֿיל טויזנטער יאָר, די וויידלען בײַ די פּאַוועס צו ביסלעך געוואַקסן.

פֿאָרשער האָבן געוויזן, אַז בײַ מענטשן שפּילט די באָרד אַן ענלעכע ראָלע, כאָטש ניט אין דער זעלביקער מאָס. ווײַזט זיך אַרויס, אַז מער פֿרויען האָבן ליב מענער מיט בערד, ווי אָן בערד. די באָרד מאַכט דאָס מענערישע פּנים אויסזען מער דאָמינאַנט: דער קין זעט אויס גרעסער, דער מאַן זעט אויס עלטער. דערפֿאַר זאָגט מען אויף אַ דערוואַקסענעם מאַן: “אַ ייִד מיט אַ באָרד”, אָדער “אַ טאַטע פֿון קינדער”, כּדי אַרויסצוהייבן, אַז ער איז ניט קיין בחורל. פֿאַרקערט, אַ מאַן, וואָס בײַ אים וואַקסט ניט קיין באָרד, אָדער נאָר אַ שיטער בערדל, קען אויסזען ייִנגער, אָדער ווײַבעריש אַפֿילו.

אָבער ניט אַלע מאָל רופֿט די באָרד אַרויס דרך־ארץ. פֿרומע ייִדן ווייסן, אַז מען קען אויסזען ווי אַ גרויסער למדן און פֿון דעסטוועגן האָבן שׂכל ווי אַ בהמה. דערפֿאַר זאָגט מען טאַקע: “אַ ציג האָט אויך אַ באָרד און איז פֿאָרט נאָר אַ ציג”.

אין דער מערבֿ־וועלט האָט די באָרד אויך אַ צאָל נעגאַטיווע קאָנאָטאַציעס: פּערזענלעכע אָפּגעלאָזנקייט און שמוציקייט; פּאָליטישער ראַדיקאַליזם און לינקישקייט; רעליגיעזער פֿאַנאַטיזם און טאַליבאַניזם; סתּם בייזקייט און אַכזריות. ס’איז ניט קיין צופֿאַל, אַז די אַמעריקאַנער האָבן ניט אויסגעוויילט קיין באָרד פֿאַר פּרעזידנט זינט בנימין העריסאָן אין 1888 (און קיין וואָנצעס אויך ניט, זינט וויליאַם האַוערד טעפֿט אין 1908). אין די פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען איז אַ האָריק פּנים אַ זיכערער סימן, אַז יענער איז אַ רשע.

די טרויעריקע ירידה פֿון דער באָרד אין דער מערבֿ-קולטור איז אַ מעשׂה פֿאַר זיך, און הייבט זיך אָן מיט אַלכּסדר מוקדון אין 4טן י”ה פֿ”ק. ער איז געווען דער ערשטער גרויסער מאָנאַרך וואָס פֿלעגט זיך אָפּגאָלן. דערפֿאַר, ווײַל זײַן אימפּעריע האָט דערגרייכט פֿון הודו ביז כּוש, און ווײַל ער האָט געמינצט מטבעות מיט זײַן פּנים, האָט די דאָזיקע מאָדע זיך פֿאַרשפּרייט אינעם גאַנצן מיטלענדישן ראַיאָן. דערנאָך האָבן אים אַ סך שפּעטערדיקע קעניגן און קיסרים נאָכגעמאַכט, אַזוי אַז די באָרד איז געוואָרן אַ סימן־מובֿהק פֿון אַ פֿילאָסאָף, אַ באַרבאַר, אַ פֿרומאַק, אָדער גלאַט אַ משוגענעם.