איז אַ חסידישע זיווג אומגליקלעך?

Is Hasidic Marriage Bad?

אַן אומגליקלעכער זיווג, געשילדערט דורך וויליאַם האָגאַרט
Wiki Commons
אַן אומגליקלעכער זיווג, געשילדערט דורך וויליאַם האָגאַרט

פֿון סימי ליכטמאַן (Forward)

Published August 27, 2013, issue of September 13, 2013.

איך בין געפֿלויגן אין אַן עראָפּלאַן נאָך אונדזער זומער־וואַקאַציע, און דערזען אַן עקלדיקע סצענע. ווען דער עראָפּלאַן האָט געלאַנדט, האָט אַ פֿרוי אָנגעהויבן ברעכן אין אַ פּלאַסטיק-פּעקל. מילא, זי האָט זיך נישט גוט געפֿילט נאָך דער טרייסלעניש אין דער לופֿטן. עקלדיק איז געווען, וואָס איר מאַן האָט געטאָן: גאָרנישט! ווען זי איז געזעסן אויסגעקרימט איבער דעם היגיענע-פּעקל און אַלע פּאַסאַזשירן האָבן געקוקט אויף איר מיט מיטגעפֿיל, איז איר מאַן רויִק געשטאַנען אינעם קאָרידאָר, כּדי אַראָפּצוברענגען זײַן טשעמאָדאַן פֿון דער פּאָליצע. בעת דעם פֿלי האָב איך געהאַט אַן אַלערגיע. מײַן מאַן איז כּסדר אַרויפֿגעשפּרונגען, כּדי צו ברענגען מיר סערוועטקעס און יעדע מינוט געפֿרעגט, ווי איך פֿיל זיך. איך וואָלט זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז אַזוי וואָלט אויך געדאַרפֿט זיך אויפֿפֿירן יענער פֿרויס מאַן. פֿאַרוואָס זשע האָט ער איר נישט געהאָלפֿן?

דאָס דערמאָנטע פּאָרפֿאָלק איז געווען אַ חסידיש פּאָרל. די פֿרוי האָט געטראָגט אַ קלייד ביז דער ערד, און דער מאַן — אַ לאַנגע באָרד מיט פּאות. וואָס האָב איך געקאָנט מיינען, דערזעענדיק אַזאַ סצענע? אַז ער איגנאָרירט זײַן פֿרוי צוליב זײַן חרדישער דערציִונג, אָדער ווײַל זייער שידוך איז געווען אַ קינסטלעכער, און זיי קענען קוים איינער דעם צווייטן? אַזאַ מחשבֿה איז טאַקע גלײַך אַרײַן אין מײַן קאָפּ. איך בין אַ מאָדערן-אָרטאָדאָקסישע פֿרוי. אין אונדזער קהילה גלייבט מען, אַז אונדזערע זיוווּגים זענען אָן אַ שיעור געזונטער, ווי די חסידישע. איך האָב געטראַכט, אַז אַזעלכע מענטשן, וואָס פֿאָלגן די שדכנים און גלייבן, אַז דאָס וועט זיי ברענגען צו אַן עכטער ליבע, זענען צוריקגעצויגענע נאַראָנים.

דערנאָך האָב איך זיך אָבער פֿאַרטראַכט: פֿאַרוואָס זאָל איך אַזוי קוקן אויף די חסידים? אפֿשר, וויל יענע פֿרוי נישט קיין הילף אין אַזאַ סיטואַציע? פּונקט די זעלבע מעשׂה וואָלט געקאָנט געשען מיט אַ וועלטלעך אָדער מאָדערן-אָרטאָדאָקסיש פּאָרפֿאָלק. מענטשן האָבן דעם אומראַציאָנעלן אינסטינקט, וואָס רופֿט אַרויס אין זייער קאָפּ נעגאַטיווע געדאַנקען וועגן אַנדערע קולטורן, וואָס זעען אויס פֿרעמד פֿאַר זיי. עס קאָן זײַן, אַז יענער מאַן באַציט זיך טאַקע גלײַכגילטיק צו זײַן פֿרוי. דאָס טרעפֿט זיך אָבער איבעראַל, און אַ סך חסידישע פּאָרפֿעלקער האָבן יאָ ליב איינער דעם צווייטן.

אַן אַנדער סיבה, פֿאַרוואָס דער דערמאָנטער חסידישער מאַן איז נישט צוגעלאָפֿן צו זײַן פֿרוי, קאָן האָבן צו טאָן מיט די הלכות־נידה. אפֿשר האָט זי דעמאָלט געהאַט איר חודשלעכע צײַט, און זיי היטן זייער שטרענג די הלכות פֿון טהרת־המשפּחה? סײַ-ווי-סײַ, האָב איך געטראַכט, וואָלט איך נישט געוואָלט, אַז מענטשן זאָלן קוקן אויף מיר און נעמען מײַן פּערזענלעכע אויפֿפֿירונג, ווי אַ יחידה, פֿאַר אַן עטאַלאָן פֿון אַלע ייִדן, אַלע אָרטאָדאָקסן, אָדער אַלע יונגע־לײַט. דערפֿאַר דאַרפֿן מיר זיך אויך נישט אַרופֿלייגן דאָס אַחריות פֿון די יחידים אויף די פּלייצעס פֿון גאַנצע גרופּעס מענטשן.