לעצטע עליה פֿון עטיאָפּישע ייִדן

Ethiopian Jews Arrive in Israel

די נײַע עולים קומען אָן אין „בן־גוריון פֿליפֿעלד‟
Getty Images
די נײַע עולים קומען אָן אין „בן־גוריון פֿליפֿעלד‟

פֿון ייִט״אַ

Published August 29, 2013, issue of September 13, 2013.

די צוויי לעצטע עראָפּלאַנען עולים פֿון עטיאָפּיע — בסך־הכּל, 450 מענטשן — זענען מיטוואָך אָנגעקומען אין „בן־גוריון פֿליפֿעלד‟.

זינט דעם יאָר 2010, ווען ישׂראל האָט אָנגעהויבן די „אָפּעראַציע טויבן־פֿליגל‟, זענען יעדן חודש געקומען קיין ישׂראל בערך 200 עטיאָפּישע אימיגראַנטן, וואָס ישׂראל האָט געהאַט באַשטימט, אַז זיי זענען באַרעכטיקט זיך צו באַזעצן אין דער ייִדישער מדינה.

די נײַע עולים זענען באַקאַנט ווי „פֿאַלאַש מוראַ‟ — עטיאָפּיער, וועלכע זאָגן, אַז זיי שטאַמען פֿון ייִדן, וואָס האָבן זיך געשמדט מיט דורות צוריק, אָבער איצט ווילן זיי זיך אומקערן צו זייערע ייִדישע וואָרצלען און זיך באַזעצן אין ישׂראל.

פֿאַרן לעצטן פֿלי, האָט נתן שטשאַראַנסקי, דער פֿאָרזיצער פֿון דער „סוכנות‟, סימבאָליש איבערגעגעבן דעם בירגער־מײַסטער פֿון דער עטיאָפּישער שטאָט גאָנדאַר די שליסלען פֿון דער אָרטיקער ייִדישער שול, וווּ טויזנטער קינדער האָבן זיך געלערנט, איידער זיי האָבן עולה געווען קיין ישׂראל. דערבײַ האָט די „סוכנות‟ געשאָנקען דער מוניציפּאַליטעט אַלע שול־בנינים און די גאַנצע אויסשטאַטונג.

בערך 12,000 פֿון דער „פֿאַלאַש מוראַ‟, וועלכע האָבן נישט באַקומען דערלויבעניש עולה צו זײַן קיין ישׂראל, זענען פֿאַרבליבן אין גאָנדאַר. אַ סך פֿון זיי האָבן קרובֿים אין ישׂראל. איידער די עראָפּלאַנען זענען אָנגעקומען אין „בן־גוריון‟, האָבן הונדערטער עטיאָפּישע ישׂראלים דורכגעפֿירט אַ דעמאָנסטראַציע לטובֿת די „פֿאַלאַש מוראַ‟, וועלכע זענען פֿאַרבליבן אין עטיאָפּיע.

דבֿ ליפּמאַן, אַ דעפּוטאַט פֿון „יש עתיד‟, האָט אויף זײַן „פֿייסבוק‟־זײַט אויסגעדריקט שטיצע פֿאַר די „פֿאַלאַש מוראַ‟, וואָס מע האָט זיי איבערגעלאָזט אין גאָנדאַר. „איך באַגריס הײַנט די נײַע עולים. אָבער דערבײַ האָט מען איבערגעלאָזט הונדערטער, אויב נישט טויזנטער טעכטער און זין, מאַמעס און טאַטעס, ברידער און שוועסטער פֿון די עטיאָפּיער, וועלכע וווינען שוין אין ישׂראל. מיר וועלן זיי דאָרט נישט לאָזן,‟ האָט ער אָנגעשריבן.