די קראַנקע ווילן אויך אַרבעטן

The Disabled Want Work, Too

17 געשעפֿטן האָבן זיך באַטייליקט אינעם שטעלע־יאַריד פֿון „יחד”, אַרײַנגערעכנט CVS און Avon
Sam Ulrich
17 געשעפֿטן האָבן זיך באַטייליקט אינעם שטעלע־יאַריד פֿון „יחד”, אַרײַנגערעכנט CVS און Avon

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published September 01, 2013, issue of September 13, 2013.

גייענדיק פֿון איין טיש צום צווייטן, מיט זײַן רעזומע אין דער האַנט, האָט דזשייקאָב וואַן הוטער זיך פּלוצלינג אָפּגעשטעלט בײַ אַ בודקע מיט אַן אינטערעסאַנטער מעלדונג: „לערנט זיך אויס אַ מין טעראַפּיע, וואָס ניצט קאַמפֿקונסט ווי אַ היילמיטל”. נאָכן שמועסן אַ ביסל מיטן רעפּרעזענטאַנט פֿון דער בודקע, איז ער צוגעגאַנגען צו אַ צווייטן טיש, וואָס האָט אים אויך פֿאַראינטערעסירט: „פּענינסיולאַ מעמאָריאַל”, אַ לוויה־הויז. „איך האָב תּמיד געהאַט אַ שטיקל אינטערעס אין מאַקאַברישע זאַכן,” האָט ער זיך געוויצלט.

דזשייקאָב איז געווען איינער פֿון בערך 500 מענטשן, וועלכע זענען געקומען צו אַ שטעלע־יאַריד ספּעציעל פֿאַר מענטשן, וועלכע לײַדן פֿון אַ פֿיזישן אָדער גײַסטיקן מום. בײַ די טישן זענען געזעסן 17 פֿאָרשטייער פֿון באַקאַנטע פֿירמעס און אָרגאַניזאַציעס, וועלכע זענען גרייט אָנצושטעלן די „פֿאַרגעסענע” פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג, אַרײַנגערעכנט דעם כּל־בו־געשעפֿט CVS; די קאָסמעטיק־פֿירמע Avon; דער ברוקלינער האַנדל־קאַמער; Lowe’s Home Improvement, און דער „אָרטאָדאָקסישער פֿאַרבאַנד”. די אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון „יחד” און דער „לאַנדישער ייִדישער ראַט פֿאַר מענטשן מיט אַ מום”.

17 געשעפֿטן האָבן זיך באַטייליקט אינעם שטעלע־יאַריד פֿון „יחד”, אַרײַנגערעכנט CVS און Avon
Batya Rosner
17 געשעפֿטן האָבן זיך באַטייליקט אינעם שטעלע־יאַריד פֿון „יחד”, אַרײַנגערעכנט CVS און Avon

הגם די אַרבעטלאָזיקייט אין לאַנד איז שוין ממשותדיק געפֿאַלן אין דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג, בלײַבט עס נאָך אַלץ זייער הויך בײַ די מענטשן, וועלכע לײַדן פֿון אַ מום. לויט אַ שטודיע פֿונעם אַמעריקאַנער אַרבעט־דעפּאַרטאַמענט פֿון 2012 (www.bls.gov/news.release/disabl.nr0.htm), האָבן בלויז 17.8% פֿון די מענטשן מיט אַ מום אַ באַצאָלטע שטעלע, אין פֿאַרגלײַך מיטן מצבֿ בײַ דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג, וווּ 63.9% מענטשן האָבן אַרבעט. דערצו זענען 33% פֿון די קראַנקע, וועלכע האָבן יאָ שטעלעס, בלויז אָנגעשטעלט טייל־צײַטיק.

„מענטשן מיט אַ מום זענען פּונקט אַזוי באַרעכטיקט צו אַרבעטן ווי אַנדערע מענטשן,” האָט דערקלערט ד״ר דזשעפֿרי ליכטמאַן, דער אינטערנאַציאָנאַלער דירעקטאָר פֿון „יחד” און דעם „לאַנדישן ייִדישן ראַט פֿאַר מענטשן מיט אַ מום”. „אונדזער ציל אין ׳יחד׳ איז צו פֿאַרזיכערן, אַז די ייִדישע קהילה און די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט בכלל זאָלן עס האַלטן אין זינען.”

דאָס איז געווען דאָס צווייטע יאָר, וואָס „יחד” אָרגאַניזירט אַזאַ יאַריד. פֿאַראַיאָרן זענען געקומען בערך 200 מענטשן, און 40 פֿון זיי האָבן זינט דעמאָלט געפֿונען שטעלעס. דזשאַנין טעלעריאַ, אַ פֿאַרוואַלטערין בײַ דער קאָסמעטיק־פֿירמע Avon, איז געקומען צו ביידע יאַרידן. איין מענטש, וואָס זי האָט אָנגעשטעלט פֿאַראַיאָרן, האָט באַוויזן אַרײַנצוברענגען $10,000 פֿאַר דער פֿירמע. „איך זע אַ פּאָטענציאַל אין געוויסע מענטשן, וואָס אַנדערע זעען אפֿשר נישט,” האָט זי באַמערקט. „איך גיב יעדן איינעם אַ שאַנס.”

ראַשעמאַ גייל, וואָס האָט רעפּרעזענטירט Lowe’s, האָט געזאָגט, אַז די פֿירמע האָט געהאַט פֿאַרשידענע פּאָזיציעס פֿאַר מענטשן מיט אַ מום. צווישן זיי: קאַסירער, אָדער אַרבעטער, וועלכע שטעלן די סחורה אויף די פּאָליצעס.

איין 25־יאָריקער בחור, וועלכער איז געקומען צום יאַריד דאָס ערשטן מאָל, האָט געזאָגט, אַז אים האָט גיכער געצויגן צו דער בודקע מיט וואָלונטיר־געלעגנהייטן, איידער צו די באַצאָלטע שטעלעס. „איך פֿיל זיך נאָך נישט גרייט צו גיין אַרבעטן — האָט ער געזאָגט — אָבער מיר דאַכט זיך, אַז אויב איך וועל אָנהייבן מיט פֿרײַוויליקער אַרבעט, וועט עס מיר געבן דערפֿאַרונג און מער צוטרוי צו זיך, כּדי שפּעטער צו זוכן אַן אמתע שטעלע.”

בײַ געוויסע מענטשן מיט אַ מום איז דאָס זוכן אַרבעט אַ גאַנץ אָנגעווייטיקטער ענין. אַשלי ריטשאַרדס, אַ 23־יאָריק טויב־שטום מיידל, איז געקומען צום יאַריד מיט איר מאַמען, און געזאָגט, מיט דער הילף פֿון אַן איבערזעצער, אַז זי איז זייער פֿרוסטרירט. „איך זוך שטעלעס די גאַנצע צײַט דורך דער אינטערנעץ. איך וואָלט שטאַרק געוואָלט אַרבעטן מיט קינדער, אָדער ווי אַ לערער פֿון שטום־לשון, אָבער אויב איך מוז, וועל איך אַפֿילו זײַן גרייט אויסצושטעלן פּראָדוקטן אויף די פּאָליצעס.”

„מע וואָלט געדאַרפֿט אָרגאַניזירן נאָך אַזוינע יאַרידן,” האָט באַמערקט קייט גרובער, אַן אַרבעט־זוכער פֿאַר גײַסטיק־קראַנקע מענטשן. „מײַנע קליענטן דאַרפֿן זיך אויסלערנען, ווי אַזוי צו רעדן בעת אַ שטעלע־אינטערוויו, און דאָ קריגן זיי אַ געלעגנהייט ווי צו רעדן מיט פֿרעמדע מענטשן.”

דזשעק גורדזשי, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם Jewish Union Foundation, אַ צווײַג פֿון „יחד”, האָט געזאָגט, אַז מע האָט באַשלאָסן צו מאַכן אַ צווייטן יאַריד, ווײַל דער אָפּרוף פֿונעם ערשטן איז געווען אַ גוטער. „די באַטייליקטע האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן הנאה געהאַט צו רעדן מיט אַן אַרבעט־געבער וועגן די מעגלעכקייטן פֿון אַ שטעלע און וועגן זייערע אייגענע מעלות”. „אַ סך זענען געווען זייער נײַגעריק פֿונאַנדערצוטיילן זייערע רעזומעס.”


* עס קומט אַ דאַנק יעקבֿ־מאיר אָרבאַך, אַ זשורנאַליסט בײַם „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד”, פֿאַר זײַן הילף בײַם צוגרייטן דעם אַרטיקל.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.