ייִדן, הינט און ייִדישע הינט

Jews, Dogs and Jewish Dogs

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published September 04, 2013, issue of September 27, 2013.

Getty Images

ווען איך בין געווען צוויי יאָר אַלט, האָט אונדזער משפּחה באַקומען אַ דירה אין איינעם פֿון די צוויי ערשטע „וואָלקן-קראַצערס‟ אין מײַן היימשטאָט. דאָס זײַנען געווען אַכט־שטאָקיקע בנינים, דערצו מיט ווינדעס, אויך די סאַמע ערשטע אין דער שטאָט. מיר איז שווער איצט צו זאָגן פּינקטלעך, פֿאַר וואָס מײַן טאַטע האָט עס פֿאַרדינט. איך קען זיך פֿאָרשטעלן, אַז מע האָט געהאַלטן אין זינען ניט אַזוי דעם פֿאַקט, וואָס ער איז אַלע מלחמה-יאָרן געווען אין דער אַרמיי (אַזעלכע זײַנען דעמאָלט געווען זייער אַ סך), נאָר, דער עיקר, אַז ער האָט פֿאַרנומען אַ רעלאַטיוו הויכע שטעלע אין דער היגער בילדונג-אַדמיניסטראַציע. אַזוי צי אַזוי, אָבער איך בין אויסגעוואַקסן ווי אַ גרויסשטאָטישער יאַט, מיט באַקוועמלעכקייטן פֿון אַ „ציוויליזירטער‟ וווינונג.

אַנדערש האָבן געלעבט צוויי שוועסטער פֿון מײַן מאַמען. זייערע הײַזער זײַנען געווען אין דער זעלבער שטאָט, אָבער אין אַזאַ עק, וווּ ס‘האָט זיך כּמעט ניט געפֿילט, אַז מע וווינט אין אַ שטאָט. די גאַסן זײַנען געווען דאָרפֿישע, אָן שום אַספֿאַלט אָדער ברוק. דאָ און דאָרט פֿלעגט מען אָנשיטן „זשוזשעלקע‟ — אַזוי פֿלעג מען רופֿן די ניט-איבערגעברענטע רעשטלעך פֿון קוילן, וואָס מע האָט גענוצט אי צו באַהייצן די שטיבער, אי צו קאָכן. אָבער נאָך אַ שטאַרקן רעגן האָט קיין „זשוזשעלקע‟ ניט געקענט אײַנהאַלטן די טיפֿע בלאָטע.

ווי עס פֿירט זיך אין אַ דאָרף, איז אין יעדן הויף געווען אַ הונט. אין דעם הויף, וווּ עס זײַנען געשטאַנען די צוויי שטיבער פֿון מײַנע מומעס, איז אויך געווען אַ הונט. איך געדענק שוין ניט זײַן נאָמען, אָבער מײַן טאַטע האָט אים (אין דער אמתן, איז עס געווען אַ צויג) גערופֿן „דער ייִדישער הונט‟. הגם מע האָט אים געהאַלטן אויף אַ קייט, איז עס געווען זייער אַ האַרציקער בעל-חי, וואָס האָט תּמיד געדרייט מיטן וויידל, און קיינער האָט ניט געהערט עס זאָל האַווקען. דער סוף איז געווען, אַז מע האָט באַשלאָסן פּטור צו ווערן פֿון אַזאַ הונט, וואָס איז געווען פֿונקציאָנעל אָן אַ נוצן, און אַוועקזעצן אויף דער קייט אַ ריכטיקן כּלבֿ.

אָבער ווי ווערט מען פּטור פֿון אַ ייִדישן הונט? האָט חיים, דער מאַן פֿון מײַן ייִנגערער מומען (און מײַן שוועסטערקינד פֿון דעם טאַטנס צד) זיך אַרויסגערופֿן צו נעמען עס אין אַן אַנדער שטאָט, וווּהין ער פֿלעגט אָפֿט פֿאָרן מיט שליחות פֿון זײַן אַרבעט. געזאָגט און געטאָן. חיים איז צוריקגעקומען אַ צופֿרידענער, מע האָט געמאַכט אַ לחיים און גענומען אַפֿילו זוכן אַ ריכטיקן הונט. אָבער עס זײַנען אַדורך צען טעג און אין דעם הויף האָט זיך באַוויזן דער ייִדישער הונט — אַ שמוציקער, אויסגעדאַרטער, אַ הונגעריקער. האָט מען אים ווידער אַוועקגעזעצט אויף זײַן קייט. אויף וויפֿל עס איז געווען אַ „זי‟, האָט זי געהאַט הינטעלעך. אַ סבֿרא, אַז די צען טעג האָבן אין זיך אַרײַנגענומען אַ שטיקל ליבע אויך. בײַ מיר האָט זיך ערגעץ אָפּגעהיט אַ פֿאָטאָ, אויף וועלכן איך שטיי לעבן דער בודקע און האַלט אַ הינטל אויף די הענט.

***

אַקעגן וואָס האָב איך זיך דערמאָנט אין יענעם הונט פֿון מײַנע קינדער־יאָרן? אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז איך בין געווען אַן עדות פֿון דעם, ווי ס’איז געבוירן געוואָרן דער געדאַנק צו שרײַבן אַ בוך וועגן ייִדן און הינט. פֿיליפּ אַקערמאַן-ליבערמאַן און רקפֿתּ זאַלאַשיק, די צונויפֿשטעלער און רעדאַקטאָרן פֿונעם געראָטענעם באַנד „אַ ייִדנס בעסטער פֿרײַנד? דער אימאַזש פֿון דעם הונט אינעם גאַנג פֿון ייִדישער געשיכטע‟, זײַנען דעמאָלט געווען מיטאַרבעטער פֿונעם דעם ייִדישן אָפּטייל אינעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, וווּ איך אַרבעט. מיר דאַכט זיך (אָדער מיר ווילט זיך גלייבן), אַז איך האָב זיי אונטערגעזאָגט זיך פֿאַרבינדן מיטן פּראָפֿעסאָר ראָבערט ראָטשטיין, וואָס האָט פֿאַרן באַנד אָנגעשריבן אַ גלענצנדיקן אַרטיקל וועגן הינט אין ייִדישן פֿאָלקלאָר. בפֿרט קלאָרט ער אויס דעם באַגריף פֿון „אַ ייִדישן הונט‟, אַזוי ווי ער באַווײַזט זיך, אַ שטייגער, בײַ שלום-עליכמען. לויט זײַן טײַטש, זײַנען די הינט געווען „ייִדישע‟ ניט צוליב זייער אָנגעהעריקייט צו ייִדישע באַלעבאַטים, נאָר צוליב זייער „ענלעכקייט‟ צו אַ סטערעאָטיפּישן מיזרח-אייראָפּעיִשן ייִד.

אויפֿן סמך פֿון ייִדישע ווערטלעך, קומט ראָטשטיין צום אויספֿיר, אַז „הינט זײַנען געווען אַ טייל פֿון דער ייִדישער סבֿיבֿה אין מיזרח-אייראָפּע, אָבער זיי האָבן ניט געהערט צו ייִדישע משפּחות. טאָמער אַ הונט אין דער געגנט האָט געטראָגן אַ נאָמען, איז עס בדרך-כּלל געווען אַ סלאַווישער נאָמען, ניט קיין ייִדישער.‟ בכלל, האָבן ייִדן לחלוטין ניט געהאַלטן פֿון קיין הינט. פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג, געדענק איך ניט קיין יחיד אין מײַן ייִדישן אַרום וואָס זאָל האַלטן אַ הונט אין שטוב. אויף אַ קייט — יאָ. דאָס האָט זיך באַוויזן שפּעטער, ווען איך בין שוין אַרויס פֿון קורצע הייזעלעך.

איז עס אַ סימן פֿון וועלטלעכקייט צו האַלטן אַ הונט? איך געדענק ניט מיר זאָל אויסקומען צו זען חרדים מיט הינט. אַזוי צי אַזוי, דער באַנד באַטראַכט די באַציִונג פֿון ייִדן צו הינט אין טיפֿער היסטאָרישער פּערספּעקטיוו, זינט די גאָר פֿריִע תּקופֿות אין דער ייִדישער געשיכטע. די הײַנטיקע צײַטן זײַנען אויך ניט פֿאַרגעסן געוואָרן. ס’איז אַן ערנסט בוך, וואָס וועט בלי-ספֿק געפֿינען אַ סך לייענער.