ייִדן אין דײַטשלאַנד קעגן וואָטערס

German Jews Boycott Waters

ראָדזשער וואָטערס
Wiki Commons
ראָדזשער וואָטערס

פֿון ייִט״אַ

Published September 04, 2013, issue of September 27, 2013.

די ייִדישע קהילה אין דיסעלדאָרך, דײַטשלאַנד, רופֿט צו בויקאָטירן די פּלאַנירטע קאָנצערטן פֿונעם באַרימטן ענגלישן מוזיקאַנט ראָדזשער וואָטערס, דער מיטגרינדער פֿון דער קלאַסישער ראָק־גרופּע „פּינק פֿלויד‟. וואָטערס קלײַבט זיך אויפֿצוטרעטן דעם 4טן סעפּטעמבער אין בערלין, און דעם 6טן — אין דיסעלדאָרף.

דער 69־יאָריקער מוזיקאַנט ווערט אָפֿט קריטיקירט פֿאַר זײַן אַנטי־ישׂראלדיקער טעטיקייט. בעת אַ קאָנצערט אין בריסל, מיט צוויי חדשים צוריק, האָט וואָטערס אָנגעבלאָזן אַ ריזיקן לופֿטבאַלאָן, וואָס האָט געהאַט די צורה פֿון אַ חזיר און געווען באַצירט מיט אַ מגן־דוד, צווישן אַנדערע סימבאָלן. ער האָט אויך גערופֿן די אַנדערע מוזיקאַנטן צו בויקאָטירן ישׂראל צוליב דער אָקופּאַציע פֿון די פּאַלעסטינער.

הרבֿ אַבֿרהם קופּער פֿון שמעון וויזענטאַלס צענטער האָט געטענהט, אַז וואָטערס איז „אַן אָפֿענער שׂונא פֿון ייִדן‟. אַבֿרהם פֿאָקסמאַן, דער הויפּט פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟, האָט אָנגעשריבן אין אויגוסט אַן אָפֿענעם בריוו צו וואָטערסן, וווּ ער טענהט, אַז „זײַנע פּאָזיציעס לגבי ישׂראל האָבן, למעשׂה, אַ דערווידערדיקן און סכּנותדיקן אַנטיסעמיטישן טעם‟.

די דײַטשישע צײַטונג „שפּיגעל‟ האָט איבערגעגעבן, אַז מיכאל סענטײַ־הײַזע, דער גענעראַל־פֿאַרוואַלטער פֿון דער ייִדישער קהילה אין דיסעלדאָרף, האָט אָנגערופֿן וואָטערסן אַ „גײַסטיקער פֿײַער־צעפֿלאַקערער, וואָס זאָל נישט האָבן קיין אָרט אין אונדזער שטאָט‟. לויט דער מיינונג פֿונעם קהילה־פֿירער, דערמאָנען די סצענע־דעקאָראַציעס, וואָס מע האָט אויפֿגעשטעלט לכּבֿוד דעם קומענדיקן קאָנצערט, אין די נאַצי־מאַרשן און פּראָפּאַגאַנדע.

סענטײַ־הײַזע האָט געזאָגט, אַז עס וואָלט געווען „שרעקעדיק‟, אויב צענדליקער טויזנטער מענטשן וועלן זיך באַטייליקן אין אַזאַ אונטערנעמונג, „כּדי זיך צו פֿרייען, טאַנצן און אַפּלאָדירן צו ראָדזשער וואָטערס מוזיק, נישט געקוקט אויף דעם אַנטיסעמיטישן און נאַצי־סימבאָליזם‟. סאַשאַ סטאַווסקי, אַ פּראָ־ישׂראלדיקער אַקטיוויסט פֿון פֿראַנקפֿורט, האָט פֿאַרשפּרייט דעם בויקאָט־רוף דורך בליצפּאָסטן, געלויבט די פּאָזיציע פֿון דער דיסעלדאָרפֿער ייִדישער קהילה און גערופֿן די בערלינער ייִדן אויך אַרויסטרעטן קעגן דעם פּלאַנירטן קאָנצערט.