ייִדישע גרופּעס און סיריע

Jewish Groups Back Obama on Syria

דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, שמועסט דעם 3טן סעפּטעמבער וועגן דעם מצבֿ אין סיריע מיט די מיטגלידער פֿונעם קאָנגרעס
Dennis Brack/Getty Images/JTA
דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, שמועסט דעם 3טן סעפּטעמבער וועגן דעם מצבֿ אין סיריע מיט די מיטגלידער פֿונעם קאָנגרעס

פֿון ראָן קאַמפּעאַס (ייִט״אַ)

Published September 10, 2013, issue of September 27, 2013.

אַ צאָל אַמעריקאַנער ייִדישע גרופּעס, וואָס האָבן גערופֿן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, זיך אַרײַנצומישן אינעם סירישן מיליטערישן קאָנפֿליקט, האָבן דערמאָנט אַלגעמיינע מאָראַלישע ווערטן און די אַמעריקאַנער זיכערהייט-ענינים. הגם די זאָרג פֿאַר ישׂראל האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין זייער פּאָזיציע, האָבן זיי נישט געוואָלט עס זאָגן אָפֿענערהייט.

אַ וואַקסנדיקע צאָל קריטיקער באַטאָנען, אַז פּראָ-ישׂראלדיקע פּאָזיציעס פֿון געוויסע גרופּעס זענען געווען איינער פֿון די פֿאַקטאָרן, וואָס האָט געבראַכט צו דער איראַקער מלחמה אינעם יאָר 2003. צוליב דעם, האָבן די דאָזיקע גרופּעס נישט געוואָלט רופֿן אָבאַמאַ צו אַטאַקירט סיריע, כּל-זמן ער אַליין האָט נישט באַשלאָסן דאָס צו טאָן. איצט, ווען זיי שטיצן ענטוזיאַסטיש אָבאַמאַס באַשלוס, מײַדן זיי אויס די ישׂראלדיקע ענינים.

דעם 3טן סעפּטעמבער, האָבן די פּרעזידענטן פֿון אַ צאָל גרויסע ייִדיש-אַמעריקאַנער אָרגאַניזאַציעס זיך געטראָפֿן מיט הויכראַנגיקע עצה-געבער פֿאַר זיכערהייט-פֿראַגעס פֿון דער אָבאַמאַ-אַדמיניסטראַציע, וועלכע האָבן פֿריִער געוואָרנט די ייִדישע גרופּעס נישט צו שטעלן ישׂראל אויפֿן שפּיץ פֿון זייערע רעדעס. אין אַלע דרײַ אָפֿיציעלע דאָקומענטן פֿון דער קאָנפֿערענץ, וואָס שטיצן אָבאַמאַס רוף צו אַטאַקירן סיריע, ווערט ישׂראל בכלל נישט דערמאָנט.

די מחברים פֿון די דאָקומענטן — דער „אַמעריקאַנער-ישׂראלדיקער קאָמיטעט פֿאַר עפֿנטלעכע ענינים‟, די „אַנטי-דעפֿאַמאַציע-ליגע‟ און די „פּרעזידענטן-קאָנפֿערענץ‟ — האָבן בלויז מרמז געווען, אַז זיי זאָרגן זיך וועגן ישׂראל. בעת אַן אומאָפֿיציעלער באַגעגעניש צווישן די פֿירער פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און צוויי פֿון אָבאַמאַס זיכערהייט-לײַט האָט מען אָבער יאָ כּסדר דערמאָנט די ישׂראלדיקע ענינים. למשל, איין ייִדישער פֿירער האָט געפֿרעגט, צי דאָס אַמעריקאַנער מיליטער וועט זיך אַרײַנמישן, אויב סיריע וועט אַטאַקירן ישׂראל. דער אַמעריקאַנער רעגירונג-פֿאָרשטייער האָט געזאָגט, אַז יאָ; ער האָט אָבער צוגעגעבן, אַז באַשאַר אַסאַד וואָלט זיך נישט דערוועגט דאָס צו טאָן.

אַבֿרהם פֿאָקסמאַן, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער „אַנטי-דעפֿאַמאַציע-ליגע‟, האָט באַמערקט, אַז אָבאַמאַ שטיצט די מעגלעכע אינטערווענץ אין סיריע, אָבער נישט לטובֿת ישׂראל. אַ טייל רעפּובליקאַנער, נאָכן אויפֿקום פֿון דער קאָנסערוואַטיווער „טיי-פּאַרטיי‟ אינעם 2010, האָבן אָנגענומען אַ מער איזאָלאַטאָרישן צוגאַנג אין דער אויסערן-פּאָליטיק און זענען געשטימט קעגן דעם דרויסנדיקן דרוק פֿון ישׂראל און פּראָ-ישׂראלדיקע גרופּעס. די דעמאָקראַטן, פֿון זייער זײַט, זענען פֿאַרזאָרגט וועגן די מעגלעכע נעגאַטיווע קאָנסעקווענצן פֿון אַ נײַער מלחמה.

דער איינציקער ייִדישער קאָנגרעסמאַן, וועלכער האָט זיך אַרויסגעזאָגט קעגן דעם אַטאַק אין סיריע, זײַענדיק אַ שטאַרק פּראָ-ישׂראלדיקער רעפּובליקאַנער, איז אַלאַן גרייסאָן פֿון פֿלאָרידע. די אַנדערע ייִדישע געזעץ-געבער האָבן ענטוזיאַסטיש געשטיצט די אינטערווענץ. דערווײַל האָט אָבאַמאַ געמאָלדן, אַז ער וועט נאָך אַלץ נישט באַפֿעלן צו אַטאַקירן סיריע אָן אַ הסכּם פֿונעם קאָנגרעס.