אין תּל־אָבֿיבֿ מיט דער„מענטש‟־גרופּע

An Evening With the 'Mentsh' Group

פֿון עדי מהלאל

Published September 11, 2013, issue of September 27, 2013.

יונתן שפּירא זינגט ייִדישע לידער אויף ייִדיש, העברעיִש, און אַראַביש
Adi Mahalel
יונתן שפּירא זינגט ייִדישע לידער אויף ייִדיש, העברעיִש, און אַראַביש

מיט אַ פּאָר חדשים צוריק איז אין תּל-אָבֿיבֿ, אין אַ מזלדיקער שעה, געגרינדעט געוואָרן אַ נײַע אָרגאַניזאַציע מיטן נאָמען „מענטש‟. דער נאָמען איז נישט קיין איבערזעצונג פֿון עבֿרית, אָדער אַ פֿאַרקירצונג פֿון עטלעכע ווערטער! עס הייסט טאַקע אַזוי, מיטן ייִדישן וואָרט. היתּכן?

עס רעדט זיך וועגן אַ גרופּע יונגע מענטשן, אַלע ישׂראלים, וואָס ווילן פֿאַראייביקן דעם נאָמען פֿון דער „בונד‟־באַוועגונג אין ישׂראל. זיי גלייבן, אַז דווקא די ירושה פֿון „בונד‟ — די ירושה פֿון אַ סעקולערער סאָציאַליסטישער און ייִדישיסטישער באַוועגונג — פּאַסט, און האָט אַן ענג שײַכות צו דער הײַנטיקער סאָציאַל-פּאָליטישער און קולטורעלער רעאַליטעט אין ישׂראל.

דאָס וואָרט „מענטש‟ איז איינס פֿון די ייִדישע ווערטער, וואָס קלינגט באַקאַנט דעם אַמעריקאַנער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר. אָפֿט הערט מען אין אַמעריקע די פֿראַזע: „בי אַ מענטש!‟ (זײַ אַ מענטש!). להיפּוך איז אין ישׂראל, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אַ סך ייִדישע ווערטער געפֿינען זיך אין דער הײַנטיקער העברעיִשער שפּראַך, — איז דאָס וואָרט „מענטש‟ אומבאַקאַנט דעם געוויינטלעכן ישׂראלי. עס לייגט זיך מער אויפֿן שׂכל צו הערן פֿון עמעצן די פֿראַזע: „אַל תהיה פֿרײַער!‟ (זײַ נישט קיין פֿרײַערנאַר!), ווי צו הערן: „תהיה מענטש‟ (זײַ אַ מענטש). הגם מע מוז מודה זײַן, אַז דער אויסדרוק: „תהיה בן אדם!” (זײַ אַ מענטש!), געפֿינט זיך יאָ אינעם מאָדערנעם עבֿרית.

אין זייער קורצן מאַניפֿעסט, איבערגעזעצט פֿון עבֿרית, שרײַבן די מיטגלידער פֿון דער גרופּע בזה-הלשון:

קאָאָפּעראַטיוו „מענטש‟ פֿאַר דער ישׂראלדיקער ייִדישער קולטור

מיר, די מיטגלידער פֿון דעם „מענטש‟־קאָאָפּעראַטיוו, גלייבן אין אַ ייִדישער קולטור, וווּ דער מענטש איז געשטעלט געוואָרן אין איר צענטער. מיר זעען אין די פּרינציפּן פֿון דער „בונד‟־באַוועגונג אַ מקור פֿון אינספּיראַציע פֿאַר אונדזערע טעטיקייטן. אָט די באַוועגונג האָט געשטרעבט אויפֿצובויען אַ ייִדישע סעקולערע אידענטיטעט, געבויט אויף אַ סאָציאַלער גערעכטיקייט און וואָס איז אָפֿן פֿאַר דער וועלט־קולטור.

מיר, די מיטגלידער פֿון דעם קאָאָפּעראַטיוו, זעען פֿאַר זיך אַ שליחות צו אַנטפּלעקן אויף ס‘נײַ און ווײַטער באַרײַכערן דעם ייִדישן קולטורעלן אוצר, וואָס איז שיִער נישט אונטערגעגאַנגען.

מיר האַלטן, אַז ס‘איז זייער וויכטיק צו אינטעגרירן די ייִדישע שפּראַך אין דער הײַנטיקער ישׂראל־קולטור, וואָס באַשטייט פֿון אַ סך קולטורן — ייִדישע און נישט־ייִדישע. אויך פֿון דעם אַספּעקט האַלטן מיר, אַז ס‘איז וויכטיק נאָכצוגיין מיטן וועג פֿון דער „בונד‟־באַוועגונג, וואָס איז געווען טעטיק לטובֿת דעם פּרינציפּ פֿון שאַפֿן אַ סעקולערע מולטי-קולטורעלע געזעלשאַפֿט; אַ געזעלשאַפֿט, וווּ יעדער מענטש, אומאָפּהענגיק פֿון זײַן אָפּשטאַם, איז זוכה אין דער מדינה צו גלײַכע רעכט, סאָציאַלן יושר, און קולטורעלער אויטאָנאָמיע. צוליב דעם צוועק האָבן מיר בדעה צו זײַן טעטיק אין געביט פֿון שאַפֿן, פֿון לערנען, און פֿון פֿירן אַ דיאַלאָג.

די ווערטער שפּיגלען קלאָר אָפּ דעם געדאַנקען-גאַנג פֿון דער נײַער גרופּע: מע באַטאָנט דעם קאָלעקטיוויסטישן אַספּעקט דורכן באַניצן דעם „מיר‟, און נישט דעם „איך‟ פֿון דער הײַנטיקער אינדיווידואַליסטישער געזעלשאַפֿט; מע רעכנט דעם „בונד‟, ווי אַ לײַכט־טורעם און אַ וועגווײַזער; מע שעמט זיך נישט, ווי למשל, די אַמעריקאַנער ייִדישיסטן, צו פּראָקלאַמירן אָפֿענערהייט אי וועגן דער שטרעבונג זיך צו פֿירן סעקולער, אי וועגן דער כּוונה צו זײַן פּאָליטיש-געשטימט — אָן פּחד און אָן מורא.

רועי גרינוואַלד רעדט וועגן דעם ייִדישן אַוואַנגאַרד
Adi Mahalel
רועי גרינוואַלד רעדט וועגן דעם ייִדישן אַוואַנגאַרד

ווער זשע זענען די מיטגלידער פֿון „מענטש‟? און וואָס טוען זיי בפּועל-ממש צו פֿאַרשפּרייטן אָט די צילן אין זייער היים אויף „קאַלישער־גאַס, 48‟ — דער אַדרעס פֿון דעם ישׂראלדיקן „בונד‟?

ביז הײַנט האָבן זיך פֿאַרשריבן אין דער „מענטש‟־גרופּע, ווי מיטגלידער: די פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער קולטור — גאַלי דרוקער-ברעם; דער לינקער דאָקומענטאַריסט — עראַן טאָרבינער; יאַאַד ביראַן, דער פֿאָרשער און וועגווײַזער; רועי גרינוואַלד, דער פֿאָרשער פֿון בן-גוריון אוניווערסיטעט; מאָטי אַווערבוך, דער “ייִדישפּיל”־רעזשיסאָר, און בני מער, דער ייִדיש-איבערזעצער און „הארץ‟־רעדאַקטאָר.

אויף זייער סדר-היום שטייט צו אָרגאַניזירן אַ סעריע אָוונטן, מיט לעקציעס און קולטור־אויפֿטרעטונגען. אין גאַנג פֿונעם ערשטן סעזאָן, וואָס האָט זיך ערשט פֿאַרענדיקט, זענען פֿאָרגעקומען 6 אַזעלכע אָוונטן, יעדע דרײַ וואָכן זינט דעם ערשטן מײַ 2013. יעדעס מאָל נעמט אויף זיך אַן אַנדער מיטגליד די אויפֿגאַבע צו האַלטן אַ לעקציע. ביז הײַנט זענען אָפּגעהאַלטן לעקציעס אויף די טעמעס: „דער ׳בונד׳, דאָ און איצט‟; אַ פּראָגראַם, געווידמעט אַבֿרהם סוצקעווער, אין די ראַמען פֿונעם „פּאָעזיע־פֿעסטיוואַל‟ אין מטולה; וועגן דעם ייִדישן אַרבעטער אין דעם ייִדישן טעאַטער; וועגן ייִדישע סאָציאַליסטישע קינדער-לידער, און „דער ׳בונד׳ און דאָס מעכטיקן זיך פֿון דעם אומטעריטאָריאַליסטישן נאַציאָנאַליזם‟.

עס איז מיר אויסגעקומען בײַצוזײַן מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק אויף דעם פֿיפֿטן אָוונט, „ייִדישער אַוואַנגאַרד‟, בעתן באַזוכן די שטאָט תּל-אָבֿיבֿ. אין יענעם אָוונט איז טאָרבינער געווען דער רוח-החיים, דער הויפּט-אָרגאַניזאַטאָר פֿון די געשעענישן. ערשטנס, האָט ער פֿאַרבעטן אויף דער בינע דעם מוזיקער יונתן שפּיראַ צו זינגען אַ ייִדיש ליד. שפּיראַ האָט זיך באַרימט געמאַכט אין ישׂראל, ווי אַ פֿאַרברענטער שלום-אַקטיוויסט און געוועזענער העליקאָפּטער-פּילאָט.

נאָכן קומען צום אויספֿיר, אַז די ישׂראלדיקע אַרמיי פֿירט זיך גאָר אומיושרדיק אויף די באַזעצטע שטחים, איז ער געוואָרן אַ טעטיקער אַקטיוויסט קעגן דער אָקופּאַציע. מיט דער צײַט איז ער נאָך מער ראַדיקאַליזירט געוואָרן און הײַנט געהערט ער צו די אַנטי-ציוניסטישע ישׂראלדיקע קרײַזן. בכל-אופֿן, האָט ער אויף יענעם אָוונט געזונגען מיט זײַן טיפֿן קול, באַגלייט מיט אַ גיטאַרע, דרײַ לידער: דעם „בונד‟-הימען „די שבֿועה‟, דאָס קלאַסישע ליד „מײַן רוע פּלאַץ‟ אויף ייִדיש און אויף עבֿרית, און צום סוף, אַ ווערסיע פֿון געבירטיגס „עס ברענט‟, אויף ייִדיש און אַראַביש.

דער לעקטאָר איז געווען רועי גרינוואַלד, און גערעדט האָט ער וועגן דער „ייִדישער אַוואַנגאַרד־פּאָעזיע און איר באַציִונג צו דער מאַרקסיסטישער געדאַנקען-וועלט‟. בפֿרט האָט ער זיך קאָנצענטרירט אויף דער שאַפֿונגען פֿון פּרץ מאַרקיש. מע קען הערן גרינוואַלדן אויף „יו-טיוב‟, וווּ ער לייענט פֿאָר זײַן העברעיִשע איבערזעצונג פֿון מאַרקיש’ אַ ליד „די קופּע‟: //www.youtube.com/watch?v=uXEXl6FsU_I

טאָרבינער האָט אויך געוויזן דעם קורצן פֿילם וואָס ער האָט לעצטנס געשאַפֿן. דער פֿילם באַשטייט פֿון די שאַרפֿע ווערטער אויף ייִדיש, געזאָגט פֿון מיכאל ווײַנאַפּעל ז”ל, קעגן דעם אומיושרדיקן סאָציאַל-עקאָנאָמישן מצבֿ אין ישׂראל, וואָס ווערן באַגלייט מיט פֿריש־פֿילמירטע סצענעס פֿון „רבין‟-סקווער אין תּל-אָבֿיבֿ. די קורצע פֿילמען דינען ווי אַן אײַנלאַדונגען פֿאַר די אָוונטן, און מאַכן זיי אַטראַקטיווער. עס זעט אויס, אַז די „מענטש‟-גרופּע וועט אָנגיין ווײַטער מיטן פֿולן ברען אין איר מיסיע.

דאָ קען מען זען טאָרבינערס פֿילם-שאַפֿונג, געמאַכט ספּעציעל פֿאַר דעם אָוונט: //www.youtube.com/watch?v=qbTBv7JQc6I&feature=youtu.be