קאָמפּיוטער-שפּיל וועגן חורבן

Holocaust-Themed Game

אַ סצענע פֿון לוק בערנאַרדס שפּילערײַ, פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער וועבזײַט „indiegogo.com‟
אַ סצענע פֿון לוק בערנאַרדס שפּילערײַ, פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער וועבזײַט „indiegogo.com‟

פֿון ייִט״אַ

Published September 11, 2013, issue of September 27, 2013.

די פֿירמע „נינטענדאָ‟, אַ באַקאַנטער גרויסער פּראָדוצירער פֿון קאָמפּיוטער-שפּילערײַען, האָט זיך אָפּגעזאָגט אָנצונעמען אַ שפּיל-פּראָגראַם, וואָס איז געווידמעט דער טעמע פֿונעם ייִדישן חורבן.

לוק בערנאַרד, אַ 26־יאָריקער בריטישער פּראָגראַמיסט, האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון דער פּרעסע אינעם יאָר 2008, ווען ער האָט געשאַפֿן פֿאַר „נינטענדאָ‟ אַ קאָמפּיוטער-שפּיל מיטן נאָמען „Imagination is the Only Escape‟ („דער כּוח-הדמיון איז דער איינציקער וועג צו אַנטלויפֿן‟), וווּ אַ ייִנגל מוז אַנטלויפֿן פֿון די נאַציס.

לויט דער צײַטונג „ניו-יאָרק טײַמס‟, האָט די פֿירמע זיך אָפּגעזאָגט צו קויפֿן און פֿאַרשפּרייטן בערנאַרדס שפּיל אויף די מאָביל-טעלעפֿאָנען, ווײַל זי האָט באַשלאָסן, אַז ס׳איז אומפּאַסיק פֿאַר קינדער.

בערנאַרד האָט איבערגעגעבן „טײַמס‟ אין אַן אינטערוויו, אַז זײַן ייִדישע מאַמע האָט געהאָלפֿן די ייִדישע יתומים נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה. דער העלד פֿון זײַן קאָמפּיוטער-שפּיל, אַ קליין ייִנגל מיטן נאָמען שמואל, באַהאַלט זיך פֿון די נאַציס אין דער אָקופּירטער פֿראַנקרײַך, אינעם יאָר 1942, און זוכט אַ וועג צו אַנטלויפֿן פֿונעם רעאַלן לעבן אין זײַן אייגענער וועלט פֿון פֿאַנטאַזיעס.

דער פּראָגראַמיסט האָט באַטאָנט, אַז ער האָפֿט צו ווירקן אויף די שפּילער, זיי זאָלן לייענען מער וועגן דער געשיכטע פֿונעם חורבן. איצט קלײַבט ער זיך צו זאַמלען אַליין אַ פֿאָנד אויף דער אינטערנעץ, האָפֿנדיק אַרויסצוגעבן זײַן שפּילערײַ אינעם קומענדיקן יאָר אויף אַן אומאָפּהענגיקן אופֿן, אָן קיין הילף פֿון גרויסע קאָרפּאָראַציעס.