בעטי ראָזענבערג-פּערלאָווס בוך

Yiddish Actress Pens Memoir

פֿון פּעני שוואַרץ (ייִט״אַ)

Published September 12, 2013, issue of September 27, 2013.

בעטי ראָזענבערג-פּערלאָוו
בעטי ראָזענבערג-פּערלאָוו

בעטי ראָזענבערג-פּערלאָוו האָט פֿאַרעפֿנטלעכט איר קינדער-בוך צו איר 96סטן געבוירן-טאָג; דעם 1טן סעפּטעמבער איז אַרויס איר ווערק, וואָס הייסט „Rifka Takes a Bow‟ („רבֿקה באַגריסט זיך‟). די עלטערע פֿרוי האָט שוין אַ סך יאָר געוואָלט פּובליקירן אַ בוך וועגן אַ יונג מיידל פֿון אַן אַרטיסטישער משפּחה, וואָס שפּילט אויף ייִדיש אין טעאַטער.

ראָזענבערג-פּערלאָווס מעשׂה איז באַגרינדעט אויף אירע אייגענע קינדער-זכרונות. אירע עלטערן, ישׂראל ראָזענבערג און וועראַ ראָזאַנקאַ, זענען געווען פּאָפּולערע אַקטיאָרן. די שרײַבערין איז געבוירן געוואָרן אין טאָראָנטאָ, אָבער אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש-רעדנדיקער ברוקלינער סבֿיבֿה. אין אירע קינדער-יאָרן, פֿלעגט זי כּסדר פֿאַרברענגען אין די ייִדישע טעאַטערס, וווּ די עלטערן האָבן געשפּילט.

די געשעענישן אינעם בוך קומען פֿאָר אַרום דעם ניו-יאָרקער יוניאָן-סקווער, וווּ עס זענען אַמאָל געווען אַ גאַנצע ריי ייִדישע טעאַטערס. דער טאַטע פֿון דער שרײַבערין איז געבוירן געוואָרן געוואָרן אין פּוילן. איר זיידע, אַ רבֿ, האָט זיך באַזעצט אינעם יאָר 1919 אין מאָנטרעאָל, וווּ ער האָט פֿאַרלאָזט די רבנישע קאַריערע און געוואָרן אַ טעאַטראַלער טוער. איר מאַמע, געבוירן אין אוקראַיִנע, פֿלעגן מען רופֿן „די ייִדישע שיקסע‟, ווײַל זי האָט געזונגען לידער אויף רוסיש.

ראָזענבערג-פּערלאָוו דערציילט, אַז די ייִדישע טעאַטראַלע סצענע איז געווען אַ גאַנץ באַזונדערע וועלט, פֿול מיט אַן אייגנאַרטיקן מין לעבן. זײַענדיק אַ 5־יאָריק מיידל, האָט בעטי זיך שוין געפֿילט ווי אַ דערוואַקסענע. די שרײַבערין איז אויך געוואָרן אַן אַקטריסע; אין פֿרילינג 1941, האָט זי, צוזאַמען מיט די עלטערן, געשפּילט אין איינער פֿון די פּאָפּולערסטע מעלאָדראַמעס אויף דער דעמאָלטיקער ייִדישער ראַדיאָ — „מענטשן אָן אויגן‟.

בעטי ראָזענבערג-פּערלאָווס בוך
בעטי ראָזענבערג-פּערלאָווס בוך

שפּעטער, האָט ראָזענבערג-פּערלאָוו באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן די סצענע לטובֿת אַ בעל-בתּישן לעבנס-שטייגער. אַפֿילו ווען זי האָט שוין דערצויגן אירע צוויי קינדער, האָט זי אָבער ווײַטער געמאָלט, געשריבן און געשפּילט, פֿון צײַט צו צײַט, אין שיל-ספּעקטאַקלען אָדער בײַ די אָרטיקע שילן.

אין די 1970ער יאָרן, ווען אירע קינדער זענען שוין געווען דערוואַקסענע, האָט ראָזענבערג-פּערלאָוו באַשלאָסן צו באַקומען אַ העכערע בילדונג, געוואָרן אַ ספּעציאַליסטקע אין רייד-פּאַטאָלאָגיע בײַ קינדער און געאַרבעט אין די ניו-יאָרקער מלוכישע שולן.

אינעם יאָר 2002, האָט די שרײַבערין ווידער געשפּילט אין „מענטשן אָן אויגן‟, ווען דער ייִדיש-אַקטיוויסט הענעך (הענרי) סאַפּאָזשניק האָט אויפֿגעלעבט די אַלטע מעלאָדראַמע. סאַפּאָזשניק, דער אויספֿיר-דירעקטאָר בײַם „מײַענט-אינסטיטוט‟ פֿון ייִדיש-קולטור אינעם וויסקאָנסין-אוניווערסיטעט, האָט איבערגעגעבן, אַז ראָזענבערג-פּערלאָווס משפּחה זענען געווען באַגאַבטע אַרטיסטן.

די שרײַבערין האָט מיט איבער 20 יאָר צוריק געשאַפֿן אַ פֿריִיִקע ווערסיע פֿון איר בוך. דעמאָלט האָט זי אָבער נישט געקאָנט געפֿינען אַ פֿאַראינטערעסירטן אַרויסגעבער. דער איצטיקער וואַריאַנט איז אַרויס דורכן ייִדישן פֿאַרלאַג „Kar-Ben‟, באַגלייט מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס פֿון קאָסיי קאַוואַ, פֿול מיט צייכענונגען פֿון די אַמאָליקע ייִדישע צײַטונגען, טעאַטער-סצענעס און לאַנדשאַפֿטן פֿונעם אַלטן ניו-יאָרק.