ייִדישער פֿעסטיוואַל אין בולגאַריע

Jewish Festival in Bulgaria

מאַקסים בענוועניסטי, דער פּרעזידענט פֿון „שלום בולגאַריע‟
Courtesy of the Bulgaria office of the American Joint Distribution Committee
מאַקסים בענוועניסטי, דער פּרעזידענט פֿון „שלום בולגאַריע‟

פֿון ייִט״אַ

Published September 15, 2013, issue of October 11, 2013.

די ייִדישע קהילה אין בולגאַריע גרייט זיך צו דעם ערשטן גרויס־מאַסשטאַביקן ייִדישן קולטור־פֿעסיטיוואַל אינעם לאַנד. מאַקסים בענוועניסטי, דער פּרעזידענט פֿון דער גרופּע „שלום בולגאַריע‟, וואָס רעפּרעזענטירט די בולגאַרישע ייִדן, האָט איבערגעגעבן, אַז די אונטערנעמונג וועט זיך עפֿענען די קומענדיקע וואָך פֿאַרן בנין פֿונעם נאַציאָנאַלן קולטור־פּאַלאַץ אין דער בולגאַרישער הויפּטשטאָט, סאָפֿיע.

פֿרײַטיק, דעם 13טן סעפּטעמבער, האָט בענוועניסטי איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז אין דער הײַנטיקער פּאָליטישער סיטואַציע איז נישט געווען גרינג צו אָרגאַניזירט אַזאַ פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק, קינאָ, ליטעראַטור און לימודים פֿון ייִדישער געשיכטע און טראַדיציע, וועלכע ווערן פֿאָרקומען אין 18 גרויסע געצעלטן, וואָס זעען אויס ווי אַ סוכּה. דער קהילה־פֿירער האָט געמיינט די אַנומלטיקע פּראָטעסטן קעגן קאָרופּציע, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַן אומרויִקע אַטמאָספֿער אינעם לאַנד.

מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, איז דער מעדיאַ־מאַגנאַט דעליאַן פּעעווסקי נאָמינירט געוואָרן צו ווערן דער הויפּט־פֿירער פֿון דער מלוכישער אַגענטור פֿאַר נאַציאָנאַלער זיכערהייט. טויזנטער מענטשן האָבן באַריקאַדירט דעם פּאַרלאַמענט אין יולי, פּראָטעסטירנדיק קעגן קאָרופּציע. בענוועניסטי האָט צוגעגעבן, אַז אין דער בולגאַרישער געזעלשאַפֿט איז פֿאַקטיש נישטאָ קיין אַנטיסעמיטיזם. פֿונדעסטוועגן, האָבן געוויסע אינצידענטן בעת די אומרוען פֿאַרשאַפֿן שוועריקייט פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע פֿונעם פֿעסטיוואַל.

הגם אין דער הײַנטיקער פּאָליטישער אַטמאָספֿער איז נישט געווען גרינג צו אָרגאַניזירן אַזאַ מאַסן־אונטערנעמונג אין בולגאַריע, האָבן די בולגאַרישע ייִדן געוואָלט דינען ווי אַ מוסטער פֿון קאָאָפּעראַציע און סאָלידאַריטעט, ווי עס האָט דערקלערט בענוועניסטי און צוגעגעבן, אַז דעם 15טן סעפּטעמבער, ווען דער פֿעסטיוואַל הייבט זיך אָן, ריכט מען זיך אויף אַרום 3,000 באַזוכער.

דער קהילה־פֿאַרוואַלטער האָט אויך געזאָגט, אַז די אונטערנעמונג ווערט אָרגאַניזירט בשותּפֿות מיטן אַמעריקאַנער „דזשוינט‟. אַליין, ווי עס האָט באַמערקט בענוועניסטי, וואָלטן די בולגאַרישע ייִדן נישט געקאָנט פֿאַרווירקלעכן אַזאַ אַמביציעזן פּראָיעקט.

„שלום בולגאַריע‟ האָט אַנאָנסירט, אַז צווישן די באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן, וואָס קלײַבן זיך צו באַטייליקן אינעם פֿעסטיוואַל, וועט זײַן דער שעף פֿון דער בולגאַרישער טעלעוויזיע, אוטי בוכוואַראָוו, וועלכער וועט באַקענען די פֿעסטיוואַל־באַזוכער מיט מוסטערן פֿון ייִדישע מאכלים.