גענעראַל פּאַטאָן — אַן אַנטיסעמיט

Jew-Hating General Patton

גענעראַל אײַזנהאַוער גייט אַרויס פֿון דער לאַגער־שיל בשעת זײַן אָפֿיציעלן טור פֿונעם די־פּי־לאַגער “נײַ פֿרײַמאַן” אין 1945
USHMM
גענעראַל אײַזנהאַוער גייט אַרויס פֿון דער לאַגער־שיל בשעת זײַן אָפֿיציעלן טור פֿונעם די־פּי־לאַגער “נײַ פֿרײַמאַן” אין 1945

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published September 17, 2013, issue of October 11, 2013.

ס’איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז אַנטיסעמיטיזם איז אײַנגעבאַקן אין די הערצער פֿון אַ וועלט מיט אונדזערע שׂונאים — פֿון פּראָסטע און פּוסטע פּויערים ביז די גענעראַלן אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי. איך האָב דאָ נישט אַנטדעקט אַמעריקע, בלויז אַנטדעקט דאָקומענטן אין די אַרכיוון פֿון ייִוואָ, וואָס האָבן מיך שאָקירט.

גענעראַל דזשאָרדזש ס. פּאַטאָן פֿון דער אַמעריקאַנער דריטער אַרמיי, וואָס האָט אָקופּירט די אַמעריקאַנער זאָנע אין דײַטשלאַנד, האָט זיך אַרומגעטראָגן מיט שאַרפֿע מיינונגען, וועלכע האָבן געהאַט צו טאָן מיט די שארית־הפּליטה, ער האָט אויך אויסגעדריקט ענלעכע נײגונגען לגבי די אַמעריקאַנער ייִדן אין יענער צײַט. דאָ רעדט זיך וועגן די יאָרן פֿון 1946 ביז 1950, ווען דזשאָרדזש ס. פּאַטאָן האָט זיך אײַנגעשפּאַרט און באַפֿוילן צו שטעלן אַ מיליטערישע וואַך איבער די „די־פּי‟־לאַגערן, צוליב זײַן מורא פֿאַר עפּידעמיעס און קראַנקהייטן וואָס ייִדן וועלן פֿאַרשפּרייטן.

ער שרײַבט אין זײַן טאָגבוך אַזוי:

„שפּעט בײַ נאַכט האָט מען מיר צו וויסן געטאָן, אַז גענעראַל אײַזנהאַוער האַלט בײַם קומען. ער קומט גלײַך פֿון דער ריוויעראַ. איך האָב שפּעטער אויסגעפֿונען, אַז ער קומט מאַכן אַן אינספּעקציע אין די „די־פּי‟־לאַגערן, דער עיקר, איינער פֿון די לאַגערן, וווּ עס געפֿינען זיך ייִדן. זײַן עובֿדה איז געווען אויסצופֿאָרשן, אונטער וועלכע באַדינגונען עס געפֿינען זיך די ייִדן, און שרײַבן אַ בריוו צום פּרעזידענט טרומאַן.

„בשעת איך האָב געוואַרט אויף אים, צוזאַמען מיטן גענעראַל האָקינס, האָט מען זיך דערווײַל באַגעגנט מיטן גענעראַל מיקלסאָן וועלכער איז געווען פֿאַראַנטפֿאָרטלעך פֿאַר די פֿאַרשיידענע „די־פּי‟־לאַגערן. ער האָט מיר געוויזן אַ בריוו פֿונעם פּרעזידענט טרומאַן, אַדרעסירט צום גענעראַל אײַזנהאַוער; נעמלעך, האָט דער בריוו אַנטהאַלטן שאַרפֿע ווערטער, וווּ ער האָט דערלאַנגט אין טאַטנס טאַטן אַרײַן דעם צווייטן לייטענאַנט.

„מיקלסאָן האָט מיר אויך געוויזן אַ באַריכט פֿון איינעם מיטן נאָמען האַריסאָן, וואָס איז געווען בײַגעלייגט צוזאַמען מיטן פּרעזידענטס בריוו וואָס האָט געהאַט צו טאָן מיט די באַדינגונגען אין די „די־פּי‟־לאַגערן אין אייראָפּע, דער עיקר, וועגן די ייִדן.‟

האַריסאָן איז איינער פֿונעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט (אַ געזעמל פֿון די גרעסטע שׂונא־ישׂראל אין יענער צײַט ־ מ. ה.) אין וואַשינגטאָן. דער בריוו האָט אַנטהאַלטן פֿאַרשיידענע באַשולדיקונגען קעגן דעם גענעראַל אײַזנהאַוער, זײַן אַרמיי און פֿאַרשיידענע אָנגעשטעלטע. מיר לייענען ווײַטער דעם טאָגבוך פֿון גענעראַל דזשאָרדזש ס. פּאַטאָן:

„וואָס ווײַזט זיך אַרויס איז, אַז מאַרגענטהאַו און באַרוך פֿון דער סעמיטישער קליקע, האָבן געהאַט בדעה צו נעמען נקמה קעגן די דײַטשן. זיי האָבן געטענהט, אַז מען מוז צונעמען בײַ דער דײַטשער ציווילער באַפֿעלקערונג די הײַזער און זיי איבערגעבן די ייִדישע פּליטים.

„פֿאַראַן צוויי פֿעלערן אין דער טעאָריע. קודם, ווען מיר טרײַבן אַרויס די דײַטשן פֿון זייערע דירות, שטראָפֿט מען דײַטשע יחידים, בעת די שטראָף געהערט צו דער גאַנצער ראַסע. אַ חוץ דעם, איז עס קעגן מײַן אַנגלאָ־סאַקסישן געוויסן צו באַזײַטיקן אַ מענטש פֿון אַ הויז. צווייטנס, האַריסאָן און זײַנע מיטברידער, גלייבן נאָך אַלץ, אַז די ייִדישע פּליטים זײַנען מענטשן, וואָס געהערן צום מין מענטש, און דאָס איז נוגע, דער עיקר, צו די ייִדן, וועלכע זײַנען נידעריקער פֿון חיות.

„איך געדענק, אַז אַמאָל אין טרוינאַ, סיציליע, האָט דער גענעראַל גיי געזאָגט, אַז עס איז נישט קיין פֿראַגע פֿון מענטשן וואָס לעבן מיט שמוציקע חיות, נאָר חיות, וואָס לעבן מיט שמוציקע מענטשן. אין יענער צײַט האָט ער קיין מאָל נישט געזען קיין פּליט פֿאַר די אויגן. אַ חוץ דעם, זע איך נישט אײַן פֿאַרוואָס די ייִדן פֿאַרדינען זיך אַ בעסערע אָדער ערגערע באַציִונג ווי די קאַטאָליקן, פּראָטעסטאַנטן, מאַכמעדאַנער אָדער די מאָרמאָנען. עס זעט אָבער אויס, אַז מיר וועלן עס דאַרפֿן טאָן, נעמען אַ סעריע הײַזער אין פֿאַרשיידענע שטעט און איבערגעבן זיי די ייִדן.

„איבערצוגעבן די ייִדן שטחים לאַנד וואָלט געווען קאַטאַסטראָפֿאַל, ווײַל זיי וואָלטן אַ תּל געמאַכט פֿון דער עקאָנאָמיע אין באַוואַריע. מיר האָבן צוגעגרייט אַ גוטן סדר־היום פֿאַרן גענעראַל אײַזנהאַוער. (…) אויב די חבֿרה אין וואַשינגטאָן וואָלטן אויפֿגעהערט צו זוכן באַשולדיקונגען, און אַנשטאָט דעם זיך אויפֿגעוועקט און געפֿאָדערט, אַז די רוסן זאָלן צוריקנעמען די פּאָליאַקן און אַנדערע וואָס זיי דערלויבן נישט צוריקצוקומען, וואָלט דער מצבֿ מיט די פּליטים געווען פֿאַרענטפֿערט. דערווײַל זײַנען מיר אויף גרויסע צרות.

„אײַזנהאַוער און איך זײַנען געפֿאָרן קיין מינכן, מיר האָבן געמאַכט אינספּעקציע אין אַ „די-פּי‟־לאַגער, וווּ עס האָבן זיך געפֿונען די באַלטישע לאַגערניקעס, מענטשן אָפּשטאַמיקע פֿון די באַלטישע לענדער. זייער לאַגער איז געווען גאָר זויבער.

„האָבן מיר זיך גענומען אין וועג אַרײַן באַזוכן אַ ייִדישן לאַגער. די געבײַדעס וואָס זיי האָבן פֿאַרנומען, זײַנען געווען אין אַ גוטן צושטאַנד, אָבער ווען די ייִדן האָבן זיך דאָרט באַזעצט, איז פֿון זיי געוואָרן אַ תּל. די מערהייט פֿון די ייִדן האָבן נישט קיין חוש פֿאַר מענטשלעכע באַציִונגען. זיי קענען זיך אַפֿילו נישט באַנוצן ווי געהעריק מיט די לאַטרינעס. אַנשטאָט דעם טוען זיי זייערע מענטשלעכע באַדערפֿענישן אויף דער פּאָדלאָגע.

„זיי האָבן פּונקט געפֿײַערט די סעודה פֿון יום־כּיפּור, האָבן זיי זיך אַלע פֿאַרזאַמלט אין אַ גרויסער, הילצערנער געבײַדע, וואָס זיי האָבן גערופֿן סינאַגאָגע. שטעלט אײַך פֿאַר, אַז עס האָט דעם גענעראַל אײַזנהאַוער נישט געאַרט צו האַלטן דאָרט אַ דרשה. מיר זײַנען אַרײַן אין דער סינאַגאָגע, וואָס איז געווען געפּאַקט מיט דער גרעסטער, שטינקענדיקער כאָפּטע פֿון מין מענטש.

„דער הויפּט־ראַבײַ, וועלכער האָט געטראָגן אַ פֿוטערנעם הוט, ענלעך צום הוט וואָס עס האָט אַמאָל געטראָגן הענרי דער אַכטער פֿון ענגלאַנד, זייער שמוציק, איז אַראָפּגעקומען פֿון דער בימה און זיך באַגריסט מיטן גענעראַל אײַזנהאַוער, און אים דערלאַנגט אַ קאָפּיע פֿון זייער תּלמוד.

„איך מיין, אַז אַזוי רופֿן זיי עס, געשריבן אויף אַ בלאַט און אַרומגעוויקלט אויף אַ שטעקן, וואָס האָט עס געשלעפּט איינער פֿון זיי, אַ דאָקטער. ער האָט זיי פֿאַרזיכערט, אַז די אַמעריקאַנער וועכטער וועלן מער נישט באַוואַכן די ייִדישע לאַגערן. נאַכער האָט אײַזנהאַוער דערלאַנגט אַ קורצע דרשה, וואָס מען האָט עס מאָמענטאַל איבערגעזעצט. (…)

„גענעראַל לויִס קרייג איז געקומען מיך זען און אויפֿגעקלערט ווי ער האָט אַראַנזשירט מע זאָל אַכטונג געבן אויף די ייִדן. עס איז געווען וויכטיק פֿאַר אים, קעגן מײַן און זײַן ווילן, אײַנצורעדן די רײַכע דײַטשן צו פֿאַרלאָזן זייערע היימען און אַרײַנלאָזן די ייִדישע חיות אַהין. איך האָב אים געזאָגט, אַז די דײַטשן מוז מען שאַנעווען, זיי צושטעלן טראַנספּאָרטאַציע בײַם איבערציִען זיך.

„גענעראַל קרייג האָט מיר אויך איבערגעגעבן, אַז ער האָט באַזוכט נאָך אַ ייִדישן „די-פּי‟־לאַגער, וווּ ער האָט בײַגעוווינט ווי מענער און פֿרויען האָבן זיך באַנוצט מיט די זעלבע לאַטרינען. צו קאַרג צו באַזאָרגן זיך מיט אַ ווענטל. די אומשטענדן און שמוץ קען מען מיט ווערטער נישט איבערגעבן. אין איין צימער האָט ער געפֿונען צען מענטשן און פֿיר טאָפּלטע בעטן. זעט אויס, אַז די ייִדישע פּליטים האָבן קיין מאָל נישט פֿאַרמאָגט קיין חוש פֿאַר מענטשלעכקייט אָדער זיי האָבן עס אָנגעוווירן אין משך פֿון די דײַטשע רדיפֿות אויף זיי. די אַלגעמיינע מיינונג איז, אַז עס איז נישטאָ קיין איין פֿאָלק, וואָס זאָל האָבן געזונקען אַזוי נידעריק אין משך פֿון די פֿיר יאָר אין די „די־פּי‟־לאַגערן אין דײַטשלאַנד‟.

און איצט, נאָכן חורבן, ווען אונדזער פֿאָלק איז אַוועק מיטן רויך אין די קרעמאַטאָריעס, הערט מען די רייד פֿון סיריעס באַשאַר אַסאַד, אַז אויב אַמעריקע וועט אים נישט לאָזן צו פֿאַרניכטן זײַן אָפּאָזיציע, וועט ער זיך נוקם זײַן אין די ייִדן אין ישׂראל. אַלץ וואָס מיר קענען אים ווינטשן דאָס יאָר איז, אַז ער זאָל האָבן היטלערס מפּלה און המנס סוף.