ייִדיש־זכרונות פֿונעם ערשטן קלאַס

Yiddish Memories From First Grade

אַ טייל פֿון דער גרופּע בעת דער פֿאַרגאַנגענער טרעפֿונג פֿון „די ייִדישע שטוב‟
אַ טייל פֿון דער גרופּע בעת דער פֿאַרגאַנגענער טרעפֿונג פֿון „די ייִדישע שטוב‟

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published September 18, 2013, issue of October 11, 2013.

מיט צוויי וואָכן צוריק האָבן נײַן יונגע לײַט אין דער שטאָט מעקסיקע פֿאַרבראַכט אַן אָוונט צוזאַמען — געשמועסט, גענאַשט און געזונגען ביז האַלבער נאַכט. געוויינטלעך וואָלט דאָס נישט אַרויסגערופֿן קיין חידוש, אָבער די געשעעניש איז פֿאָרט מערקווירדיק, צוליב איין פּרט: די בחורים און מיידלעך האָבן, צום גרעסטן טייל, גערעדט אויף ייִדיש.

דער קומזיץ איז געווען די זיבעטע אין אַ ריי טרעפֿונגען אָרגאַניזירט פֿון צוויי יונגע ליבהאָבער פֿון ייִדיש, אַרטוראָ קערבל און טאַמאַרע גליסאָן, ווי אַ טייל פֿונעם נײַעם קלוב, „די ייִדישע שטוב‟. אַרטוראָ, אַ 25־יאָריקער בחור, וועלכער לערנט זיך אויף אַ מאַגיסטער פֿון פּסיכאָלאָגיע, האָט יאָרן לאַנג געקעמפֿט אויפֿצוהאַלטן דעם ייִדיש־לימוד אין די מעקסיקאַנער ייִדישע טאָגשולן, און טאַמאַרע, אַ 23־יאָריקע סטודענטקע פֿון געשיכטע, האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי־און־אַ־האַלב יאָר, און האָט בדעה צו ניצן איר ייִדיש־קענטשאַפֿט אָנצושרײַבן איר מאַגיסטער־טעזע וועגן דעם „ייִדישן אַרבעטער־בונד‟ אין מעקסיקע.

דער הויפּטציל פֿון „די ייִדישע שטוב‟ איז אַ פּשוטע: צו פֿאַרזאַמלען יונגע ייִדן, וועלכע קענען ייִדיש פֿון די אָרטיקע ייִדישע שולן, כּדי זיי זאָלן זיך דערמאָנען די שפּראַך פֿון זייערע קינדער־יאָרן און דערבײַ אויפֿהאַלטן זייער ייִדישע אידענטיטעט אין אַ צײַט, ווען עס עקזיסטירט שוין מער נישט קיין ייִדיש־לימוד. די „י. ל. פּרץ שול‟, געגרינדעט פֿון די אָנגעזעענע פּעדאַגאָגן, אַבֿרהם און רבֿקה גאָלאָמב אין 1924, האָט זיך געשלאָסן אין 2011.

„הײַנט הערט מען מער נישט קיין ייִדיש וואָרט אין קיין ייִדישער שול,‟ האָט אַרטוראָ באַמערקט מיט באַדויער. „פֿון דער אַנדערער זײַט, איז מעקסיקע איינס פֿון די איינציקע ערטער אויף דער וועלט, אַחוץ מעלבורן, וווּ מע קען נאָך געפֿינען הונדערטער יונגע־לײַט, וואָס קענען גוט ייִדיש, צוליב זייער דערציִונג אין אַ ייִדישער טאָגשול.‟

נאָכן גרינדן „די ייִדישע שטוב‟, האָבן 35 מענטשן אין די 20ער און 30ער זיך אין איר אָנגעשלאָסן. עטלעכע פֿון זיי, וועלכע קענען ווייניק ייִדיש, האָבן זיך נאָכגעפֿרעגט וועגן אַ ייִדיש־קלאַס, האָט אַרטוראָ געמאָלדן, אַז מע שאַפֿט אַ קלאַס פֿאַר אָנהייבער; עלף מענטשן האָבן זיך שוין פֿאַרשריבן.

טאַמאַרע גליסאָן און אַרטור קערבל, די גרינדער פֿון דעם קלוב
טאַמאַרע גליסאָן און אַרטור קערבל, די גרינדער פֿון דעם קלוב

אַחוץ די טרעפֿונגען, שרײַבן די מיטגלידער זיך דורך אויף ייִדיש דורך What‘s App, אַ קאָמוניקיר־מיטל אויף די „סמאַרטפֿאָנען‟, וווּ די באַניצער קאָנען אַרויפֿשטעלן „טעקסטלעך‟, פֿאָטאָגראַפֿיעס, און אַפֿילו אוידיאָס און ווידעאָס, וואָס אַלע קענען זען און רעאַגירן דערויף. גאַנץ אָפֿט טרעפֿט זיך אַ וואָרט אָדער פֿראַזע אויף שפּאַניש, מיט אַ פֿראַגע: „ווי זאָגט מען דאָס אויף ייִדיש?‟

שטעלט זיך אַ צווייטע פֿראַגע: פֿאַר וואָס זוכן זיי דאָס וואָרט נישט אַליין אויס אין אַ שפּאַניש־ייִדיש ווערטערבוך? טאַמאַרע האָט מיט אַ שמייכל געענטפֿערט: „נו, אפֿשר זענען מיר אַלע אַ ביסל פֿויל!‟

ס׳איז אָבער אויך מעגלעך, אַז ס׳איז נישט צוליב פֿוילקייט, נאָר ווײַל דאָס זוכן ייִדישע ווערטער האָט פֿאַר זיי אַ מער פּערזענלעכן, עמאָציאָנעלן באַטײַט, ווען זיי טוען עס צוזאַמען מיט אַנדערע מענטשן — בפֿרט יונגע לײַט, וועלכע האָבן געהאַט אַן ענלעכע ייִדישע דערציִונג. אַ בוך קען איבערגעבן דעם טײַטש פֿון וואָרט, אָבער אַנדערע מענטשן קענען איבערגעבן די עמאָציאָנעלע אַסאָציאַציעס מיטן וואָרט.

„אויף אונדזער ערשטער טרעפֿונג, האָבן די געוועזענע תּלמידים זיך דערמאָנט יענע ווערטער, וואָס זיי האָבן זיך אויסגעלערנט אינעם ערשטן קלאַס,‟ האָט אַרטוראָ דערקלערט. פּשוטע טאָג־טעגלעכע ווערטער, ווי „קעשענע‟ און „מיסטקאַסטן‟… „דער בעסטער טייל פֿונעם אָוונט איז געווען, ווען מיר האָבן זיך דערמאָנט אַלע תּירוצים, וואָס מיר פֿלעגן אויסטראַכטן, כּדי צו גיין צו דער קראַנקן־שוועסטער!‟ האָט ער צוגעגעבן.

טליה מאַרגאָליס, אַ 24־יאָריקע געוועזענע תּלמידה פֿון דער „נײַער ייִדישער שול‟, האָט געזאָגט, אַז די ייִדישע שפּראַך און קולטור איז אַ וויכטיקער טייל פֿון איר אידענטיטעט ווי אַ ייִד. „דרײַ דורות פֿון מײַן משפּחה האָבן זיך געלערנט אין דער ׳נײַער ייִדישער שול׳, און מײַן זיידע, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין מעקסיקע, איז געווען פֿונעם ערשטן דור תּלמידים דאָרט. מײַן באָבע איז אויך געווען פֿון די ערשטע תּלמידות און שפּעטער איז זי דאָרט געוואָרן אַ לערערקע,‟ האָט טליה געזאָגט. „איצט, אַז די שול איז פֿאַרמאַכט, האָבן מיר מער נישט קיין אינסטיטוציע, וואָס מיר קאָנען שטיצן, אָדער וווּהין מיר קענען גיין צו געפֿינען די לערער און די ביכער פֿון אונדזערע קינדער־יאָרן.‟

זי האָט דערציילט, אַז דער ייִדיש־לימוד אין דער אונטער־מיטלשול (זיבעטן און אַכטן קלאַס) איז געווען אַזוי געראָטן, אַז דער קלאַס האָט איבערגעלייענט גאַנץ „טבֿיה דער מילכיקער‟. „אָבער דערנאָך ווען איך בין אַריבער אין דער מיטלשול, האָט מען מער נישט צעטיילט דעם ייִדיש־קלאַס אויף באַזונדערע מדרגות. אין מײַן ייִדיש־קלאַס האָבן זיך געלערנט סײַ אָנהייבער, סײַ ווײַטהאַלטער. אַוודאי, האָבן מיר זיך גאָרנישט אויסגעלערנט.

די מיטגלידער באַקענען זיך דורך What’s App — אַ קאָמוניקיר־מיטל פֿון די „סמאַרטפֿאָנען‟
די מיטגלידער באַקענען זיך דורך What’s App — אַ קאָמוניקיר־מיטל פֿון די „סמאַרטפֿאָנען‟

„ווען איך קום אין ׳די ייִדישע שטוב׳, דערמאָנט עס מיר אין די ייִדישע טראַדיציעס און לידער, און ס׳דערמאָנט מיר אויך, אַז אונדזער דור דאַרף דאָס איבערנעמען,‟ האָט טליה געזאָגט.

יורם צימעט, אַ 29־יאָריקער אַרכיטעקט, וועלכער איז שוין געקומען אויף עטלעכע טרעפֿונגען פֿון „די ייִדישע שטוב‟, קען ייִדיש נישט בלויז פֿון דער ייִדישער שול, נאָר פֿון דער היים. „מײַן משפּחה רעדט ייִדיש די גאַנצע צײַט,‟ האָט ער געזאָגט. זײַן כּלה אָבער קען נישט קיין ייִדיש, לערנט זי זיך דערווײַל אין אַרטוראָס ייִדיש־קלאַס.

„כ׳האָב נישט תּמיד צײַט צו גיין צו די טרעפֿונגען, אָבער כ׳האָב הנאה וואָס ס׳איז דאָ אַ פּלאַץ, וווּ יונגע מענטשן, וואָס פֿאַראינטערעסירן זיך מיט ייִדיש, קענען רעדן וועגן וואָס עס זאָל נישט זײַן, אַבי אויף ייִדיש,‟ האָט יורם צוגעגעבן.

אויף דער פֿאַרגאַנגענער זיצונג, למשל, האָט מען געשמועסט וועגן אַ באַרימטן מעקסיקאַנער קינסטלער לכּבֿוד זײַן געבוירן־טאָג, און אַרטוראָ האָט אויסגעלערנט די גרופּע דאָס ליד וועגן בבֿחת־המשיח, „שנירעלע־פּערעלע‟.

אין דער זעלבער צײַט האָט בײַ אַ גרופּע פֿרויען זיך אַנטוויקלט אַ שמועס אויף אַ מער פּערזענלעכער טעמע. איינע האָט דערציילט, אַז איר ייִדיש־רעדנדיקע באָבע וויל איר אַוועקשענקען אירע טעפּ און קאָך־מכשירים.

„מיר האָבן זיך אַלע צעלאַכט, ווײַל אונזערע באָבעס האָבן אונדז געזאָגט עפּעס ענלעכס,‟ האָט טליה דערקלערט. „ערשט מיט אַ וואָך צוריק האָט מײַן אייגענע באָבע מיר געשאָנקען איר ווײַסן סוועדער, זאָגנדיק: ׳כ׳וויל נישט, דו זאָלסט זיך פֿאַרקילן׳.‟

אויך בײַ טאַמאַרע, האָט דאָס אויסלערנען זיך ייִדיש זי דערנענטערט צו דער באָבען, אָבער צוליב אַ גאָר אַנדערער סיבה. „זי העלפֿט מיר לייענען די אַלטע בונדישע צײַטונגען,‟ האָט טאַמאַרע געזאָגט.