שילן געליטן פֿון פֿאַרפֿלייצונג

Synagogues Damaged by Flood

אַ חב״דניק־וואָלונטיר העלפֿט די געליטענע פֿון דער קאָלאָראַדאָ־פֿאַרפֿלייצונג
Courtesy of Chabad
אַ חב״דניק־וואָלונטיר העלפֿט די געליטענע פֿון דער קאָלאָראַדאָ־פֿאַרפֿלייצונג

פֿון ייִט״אַ

Published September 18, 2013, issue of October 11, 2013.

אין אַ צאָל שילן אין באָלדער, שטאַט קאָלאָראַדאָ, און אין דער אַרומיקער געגנט, האָט מען נישט אָפּגעשטעלט די יום־כּיפּורדיקע תּפֿילות, נישט געקוקט אויף דעם שטאַרקן און לאַנגן גוסרעגן און פֿאַרפֿלייצונג, וואָס האָט גורם געווען אַ היזק צו עטלעכע ייִדישע בנינים. געוויסע שילן האָבן געמוזט דינגען צײַטווײַליקע פּלעצער פֿאַר זייערע מתפּללים; אַ טייל מענטשן האָבן געדאַוונט אין אַנדערע קהילות.

די מתפּללים פֿון דער שיל „בוני שלום‟ האָבן געדאַוונט, ווי פּלאַנירט, אינעם קאַמפּוס פֿונעם „נאַראָפּאַ־אוניווערסיטעט‟, הגם ער איז דעמאָלט געווען פֿאַרמאַכט. בערך 300 מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אינעם אַרײַנגאַנג־זאַל פֿונעם חב״ד־צענטער בײַם קאַמפּוס, וווּהין די פֿאַרפֿלייצונג האָט זיך נישט דערקליבן.

הרבֿ ישׂראל ווילהעלם, דער מיטדירעקטאָר פֿונעם ליובאַוויטשער ייִדישן צענטער אין דער שטאָט לאָנגמאָנט, קאָלאָראַדאָ, האָט געמוזט זיך עוואַקויִרן. ער האָט באַוויזן צו דינגען דעם לעצטן צימער אין אַ האָטעל און אָרגאַניזירט דאָרטן די יום־כּיפּורדיקע תּפֿילות פֿאַר זײַן קהילה. די שיל, צוזאַמען מיט דעם רבֿס היים, איז פֿאַרזונקען געוואָרן; די אַרומיקע געגנט האָט זיך בעת דער פֿאַרפֿלייצונג פֿאַרוואַנדלט פֿאַקטיש אין אַן אָזערע. דאָנערשטיק, האָט ווילהעלם באַדאַנקט די סטודענטן, וועלכע האָבן אים געהאָלפֿן צו ראַטעווען די ספֿר-תּורות און אַנדערע תּשמישי־קדושה.

צום ווייניקסטן, האָבן פֿינף שילן געליטן פֿונעם היזק, וואָס די פֿאַרפֿלייצונג האָט געבראַכט אין זייערע קעלער־שטאָקן און זאַלן פֿאַר סאָציאַלע אַקטיוויטעטן. מענטשן האָבן נישט געקאָנט אַרײַנקומען אינעם באָלדערער ייִדישן קהילה־צענטער און פּאַרקירן זייערע אויטאָס לעבן דעם בנין.

דער שטאַרקער רעגן האָט ווײַטער געגאָסן במשך פֿונעם ייִדישן יום־הדין, ברענגענדיק אַ גרויסן שאָדן. בסך־הכּל, זענען זעקס מענטשן אומגעקומען און דער גורל פֿון לכל־הפּחות 1,000 אַנדערע בלײַבט אומקלאָר.