קונסט אויף נישט צו פֿאַרקויפֿן

Art That Can’t Be Bought

ניסן שימונאָוו
Arkadiy Yagudaev
ניסן שימונאָוו

פֿון לייב זאָנשײַן

Published September 19, 2013, issue of October 11, 2013.

אין יעדער עדה זײַנען דאָ מענטשן, וועלכע טראָגן אין זיך די דערפֿאַרונג און עסטעטיק פֿון גאַנצע דורות. און ס‘איז גאָר נישט אומבאַדינגט, אַז דווקא זיי זאָלן זײַן פֿירער אין זייער געזעלשאַפֿט. אַזעלכע טאַלאַנטירטע פּערזאָנען, וואָס גיבן זיך אָפּ מיט זייער נאַציאָנאַלער קונסט און קולטור, זײַנע לעבעדיקע אוצרות פֿאַר זיך.

אין דער עדה פֿון די בוכאַרער ייִדן, וואָס וווינען אין ניו־יאָרק, איז בפֿירוש דאָ אַזאַ מענטש. ער הייסט ניסן שימונאָוו — אַ מאָלער, סקולפּטאָר, אַ גרויסער מבֿין אויף דער נאַציאָנאַלער מוזיק און ליטעראַטור.

ניסן איז געבוירן געוואָרן אין 1946, אין דער שטאָט סאַמאַרקאַנד, אוזבעקיסטאַן. באַקומען אַ העכערע אינזשעניר־בילדונג, האָט ער געאַרבעט ווי אַ לערער. אָבער זײַן עכטער באַרוף איז געווען קונסט. נאָך פֿאַר זײַן עמיגראַציע קיין אַמעריקע איז ער פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון האָלץ־שניצערײַ און קעראַמישער מאָזאַיִק. אָבער נאָר דאָ, אין זײַן נײַער היים, האָט ער זיך שוין געקאָנט אין גאַנצן אָפּגעבן מיט זײַן באַליבטער מלאָכה. דאָ האָט ער געפֿונען אַלע פּאַסיקע מאַטעריאַלן און כּלים, וואָס אַ קינסטלער פֿון זײַן ריכטונג דאַרף האָבן, און וואָס האָבן אים אַזוי אויסגעפֿעלט אין דער אַלטער היים.

Arkadiy Yagudaev

אַ מענטש, וואָס קומט צום ערשטן מאָל אַרײַן אין ניסן שימונאָווס הויף, ווערט באַלד פֿאַרכּישופֿט פֿון דער שיינקייט, וואָס רינגלט אים אַרום — פֿאַרשיידנקאָליריקע פּאַנאָס, איידל אינקרוסטירט, מאָזאַיִשע בילדער און פֿיליגראַנישע האָלץ־שניצערײַען. דער גאַנצער הויף זעט אויס ווי אַ קינסטלעריש ווערק, פֿאַראייניקט מיט איין נאַציאָנאַלער טעמע — די אוראַלטע מוזיקאַלישע קונסט, וואָס איז געווען פֿאַרשפּרייט אין פּערסיע, אוזבעקיסטאַן און טאַדזשיקיסטאַן. גראָד אָט די קונסט, וואָס איז פֿאַרהיט געוואָרן דורך פֿאָלקס־זינגער, פּאָעטן און קאָמפּאָזיטאָרן, בתוכם פֿון די בוכאַרער ייִדן, האָט דער קינסטלער אײַנגעזאַפּט פֿון קינדווײַז אָן. דעמאָלט, וווינענדיק בשכנות מיט באַקאַנטע פֿאָלקס־מענטשן און קענענדיק זיי פּערזענלעך, איז דער קליינער ניסן ממש „אָנגעשטעקט‟ געוואָרן מיט דעם קולטור־פֿענאָמען, און שפּעטער אַליין געוואָרן אַ מומחה אין דעם.

אויפֿן שטח פֿון זײַן הויף אין קווינס האָט שימונאָוו אויפֿגעשטעלט אַ קינסטלעריש ווינקעלע פֿון זײַן אַלטער היים. ער איז אַ גאַסטפֿרײַנדלעכער באַלעבאָס און נעמט אָפֿט אויף, מיט אַ ברייטער האַנט, יעדן גאַסט, וואָס איז נײַגעריק זיך צו באַקענען מיט זײַן קונסט. צווישן די אָנגעזעענע געסט איז אויך געווען דער געוועזענער מייאָר פֿון ניו־יאָרק, רודי דזשוליאַני.

אויב עמעצער וועט וועלן זיך אײַנשאַפֿן עפּעס פֿון שימונאָווס ווערק, האָט ער זיך געוואָנדן נישט אויפֿן ריכטיקן אַדרעס. ער פֿאַרקויפֿט נישט זײַנע ווערק, ער קאָן זיי נאָר שענקען, אויב דער גאַסט איז אים געפֿעלן געוואָרן. זײַן הויף אין קווינס איז נאָך איין מערקווירדיקייט פֿון ניו־יאָרק, וואָס איז פּשוט נישט אָנגעוויזן אויף די טוריסטישע מאַפּעס.