פֿילם וועגן „קעמפּ קינדערלאַנד”

My 'Commie Camp'

פֿון עליסאַ סטראַוס (Forward)

Published September 19, 2013, issue of October 11, 2013.

די קאָמיקערין און שרײַבערין קייטי האַלפּער האָט לעצטנס געשאַפֿן אַ דאָקומענטאַלן פֿילם וועגן ”קעמפּ קינדערלאַנד“, דער 90־יאָריקער לינקער, ייִדישער זומער־לאַגער אין די בערקשיר־בערג. הגם דער פֿילם הייסט Commie Camp (דער קאָמוניסטישער זומער־לאַגער), זאָגט האַלפּער, אַז זי קיין מאָל נישט געווען קיין מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.

”דער טיטל איז האַלב־הומאָריסטיש,“ האָט האַלפּער געזאָגט. ”אָבער ערנסט גערעדט, גלייב איך יאָ אין געוויסע סאָציאַליסטישע פּרינציפּן. מיר דאַכט זיך, אַז אַ סך מענטשן האָבן אַ סאָציאַליסטישע טענדענץ; זיי ווייסן עס פּשוט נישט.“

לכתּחילה איז דער ציל פֿונעם פֿילם געווען סתּם צו דערציילן דעם ברייטן עולם וועגן אַ שיינעם זומער־לאַגער, וווּ זי איז געווען אַ קעמפּער, און וווּ איר מאַמע, פֿעטער און באָבע האָבן געאַרבעט. ”אָבער דערנאָך האָב איך באַשלאָסן, אַז איך וויל איבערגעבן די זעלטענע מעלות פֿונעם קעמפּ; למשל, אַז דאָרט פֿאַרפֿלאַנצט מען בײַ די קינדער אַ פֿאַרשטאַנד פֿונעם פּאָליטישן מצבֿ אין דער וועלט. מענטשן דאַרפֿן וויסן וואָס פֿאַר אַ ספּעציעל אָרט דאָס איז,“ האָט האַלפּער געזאָגט.

ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז דער פֿילם אויך געוואָרן אַ דערקלערונג וועגן אַ געוויסן סאָרט ייִדישע אידענטיטעט. ”׳קינדערלאַנד׳ רעפּרעזענטירט אַ מין ייִדישקייט, וואָס אַ סך מענטשן, אַפֿילו ייִדן, ווייסן נישט דערפֿון: אַ סעקולערע ייִדישע קולטור און טראַדיציע. אַ סך ייִדן פֿאַרשטייען נישט, ווי אַזוי מע קען זײַן אַן אַטעיִסט און פֿאָרט בלײַבן אַ ייִד. אין ׳קינדערלאַנד׳, דריקט מען אויס די ייִדישע קולטור דורך אוניווערסאַלע עטישע ווערטן. טאַקע דערפֿאַר איז דער לאַגער מער צוטריטלעך פֿאַר נישט־ייִדישע קעמפּער.“

זינט דער גרינדונג פֿונעם לאַגער, האָבן ייִדן און נישט־ייִדן דאָרט פֿאַרבראַכט און געאַרבעט צוזאַמען. הײַנט איז אַפֿילו דער קולטור־דירעקטאָר אַ לאַטינאָ. ”ער רעדט אויך אַ ביסל ייִדיש,“ האָט האַלפּער געזאָגט.

”נישטאָ קיין ספֿק, אַז די ׳גראַדואַנטן׳ פֿון ׳קינדערלאַנד׳ זענען מער באַזאָרגט וועגן יושר און גערעכטיקייט אין דער וועלט, ווי די ׳גראַדואַנטן׳ פֿון אַנדערע ייִדישע זומער־לאַגערן,“ האָט האַלפּער באַמערקט. אין איין עפּיזאָד פֿונעם פֿילם, למשל, זעט מען ווי די קעמפּערס דעבאַטירן צווישן זיך די פֿראַגע, וואָס זענען די דרײַ סאַמע וויכטיקסטע פּראָבלעמען אין דער וועלט?

”אַנו, זאָג מיר — האָט האַלפּער געפֿרעגט מיט אַ שמייכל — אין וועלכן אַנדערן קעמפּ וועלן די קינדער קלערן וועגן אַזוינע ענינים?“

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם פֿילם, פֿאַרבינדט זיך מיט www.commiecamp.com.