„הויך‟־ייִדיש

High Falutin' Yiddish


פֿון לייזער בורקאָ

Published September 19, 2013, issue of October 11, 2013.

נאָך הײַנט קען מען הערן די מיינונג — און ניט נאָר פֿון בייזוויליקע עם־הארצים — אַז ייִדיש איז אַ מיאוסער זשאַרגאָן, אַ נידעריקער און פֿאַרקרימטער דיאַלעקט. די געשיכטע פֿון דעם דאָזיקן בילבול, ווי ער האָט זיך אָנגעהויבן בײַ די דײַטשע קריסטן נאָך אין מיטל־עלטער און אין דער רענעסאַנס־תּקופֿה; ווי ער איז דערנאָך אַריבער צו די ייִדן אַליין, צו די ערשטע משׂכּילים; ווי די אַסימילאַטאָרן און די ציוניסטן־העברעיִסטן האָבן אים פֿאַרשטאַרקט אין משך פֿונעם „שפּראַכנקאַמף‟; און ווי די פּשוטע ייִדן און זייערע קינדער האָבן אַליין אין אים אָנגעהויבן גלייבן — דאָס איז אַ טעמע פֿאַר אַ גרויסער היסטאָריש־סאָציאָלאָגישער אויספֿאָרשונג.

די הויפּט־סיבה, פֿאַר וואָס דער בילבול איז אויפֿגעקומען, איז ניט שווער אָפּצוזוכן: דער אַנטיסעמיטיזם בײַ די דײַטשע קריסטן. די ייִדן האָבן אין זייערע אויגן אויסגעזען מיאוס און פֿאַרשאָלטן, האָבן זיי די זעלביקע נעגאַטיווע געפֿילן אַריבערגעטראָגן אויך אויף דער ייִדישער שפּראַך.

אָבער ס’איז געווען נאָך עפּעס, וואָס מע נעמט, געוויינטלעך, ניט אין באַטראַכט: ייִדיש האָט געקלונגען גענוג פֿאַרשטענדלעך פֿאַרן דײַטש, האָט ער געקענט מיינען, אַז די ייִדן מאַכן חוזק פֿון זײַן שפּראַך. דאָס ייִדישע וואָרט איז גענוג ענלעך, אַז ס׳איז אים גלײַך געקומען אויפֿן זינען, אַז דאָס איז פּשוט אַ גרײַז, ניט אַ וואָרט פֿון אַן אַנדער שפּראַך. וועגן האָלענדיש, שווייצערדײַטש, אָדער אַ סך פּויערישע דיאַלעקטן האָט ער ניט געקענט טראַכטן אַזוי, ווײַל ס’רובֿ פֿון זיי האָבן אים געקלונגען פֿרעמד און אומפֿאַרשטענדלעך אין גאַנצן. אָבער ביזן הײַנטיקן טאָג קען אַ דײַטש פֿאַרשטיין אַ היפּש ביסל ייִדיש — ריכטיקער, ער מיינט, אַז ער פֿאַרשטייט — ספּעציעל אונדזער אַקאַדעמישע כּלל־שפּראַך, ווײַל אין אַ סך פּרטים איז ייִדיש מער קאָנסערוואַטיוו און אַקוסטיש נעענטער צו כּלל־דײַטש ווי אַ טייל דײַטשע דיאַלעקטן אַפֿילו. דער גרויסער טעות, קען מען זאָגן, איז ניט, וואָס די ייִדן האָבן פֿאַרגרײַזט די דײַטשע שפּראַך, נאָר וואָס זיי האָבן זי ניט גענוג פֿאַרגרײַזט.

ווי אומבאַרעכטיקט זיי זאָלן ניט געווען זײַן די פֿאָראורטיילן קעגן ייִדיש, זײַנען זיי געוואָרן אַ פֿאַקט פֿון ייִדישן לעבן שוין עטלעכע הונדערט יאָר. די גראָבע ווערטער, וואָס זײַנען אַריבער פֿון ייִדיש אין די שכנישע שפּראַכן, זײַנען אַן עדות פֿון דער דאָזיקער נעגאַטיווער באַציִונג. וועגן זיי האָט מען שוין געשריבן אַ סך, אַפֿילו אַרויסגעגעבן ספּעציעלע ווערטערביכלעך פֿון וווּלגאַריזמען.

עס בעט זיך אָבער, כּדי אָפּצופֿרעגן דעם בילבול, מע זאָל אַרויסהייבן דווקא דאָס שיינע און דאָס איידעלע אינעם ייִדישן ווערטער־אוצר. ווײַל אַפֿילו אין די נידעריקסטע קרײַזן, צווישן פּראָסטאַקעס און אונטערוועלטניקעס, האָבן ייִדן געוווּסט, ווי אַזוי צו רעדן אויף אַ מער לײַטישן אופֿן.

ווי אַ שמעלצשפּראַך, איז ייִדיש געבענטשט מיט אַ רײַכן און פֿילפֿאַרביקן וואָקאַבולאַר, וואָס דערמעגלעכט דעם ייִד אויסצודריקן פֿאַרשיידענע ניואַנסן, וואָס מע קען טייל מאָל גאָר שווער איבערגעבן אויף אַ סך גוייִשע לשונות. דעם זעלביקן פֿענאָמען האָבן מיר אין דער שמעלצשפּראַך ענגליש, וואָס צווישן אַלע שפּראַכן פֿון דער וועלט פֿאַרמאָגט זי די גרעסטע צאָל ווערטער.

אין ענגליש שטאַמען די מער איידעלע ווערטער פֿון פֿראַנצייזיש און לאַטײַן, ווײַל אַזוי האָט אין מיטל־עלטער גערעדט די „הויכע געזעלשאַפֿט‟: די אַריסטאָקראַטיע און דער קלער. די אַלטע אַנגלאָ־סאַקסישע ווערטער זײַנען פֿאַרבליבן, דער עיקר, בײַ די פּויערים אין מויל, און הײַנט קלינגען זיי אָפֿט פּראָסטלעך. בײַ ייִדן האָט די גײַסטיקע עליטע זיך באַניצט מיט לשון־קודש; און שפּעטער, אין דער צײַט פֿון דער השׂכּלה, אויך מיט דײַטש. דערפֿאַר שטאַמען אַזוי פֿיל “הויכע” ווערטער אונדזערע פֿון לשון־קודש אָדער כּלל־דײַטש, און נאָר זעלטן פֿון סלאַוויש אָדער פֿונעם אַלטן ייִדישן וואָרט־מאַטעריאַל.

אַ סך פֿון די באַגריסונגען, וואָס ווײַזן אַרויס דרך־ארץ, שטאַמען פֿון לשון־קודש: רב, רבי, רבותי, אַדוני, מר, פֿאַר פֿרויען מרת. פֿון דײַטש (אָדער פֿראַנצייזיש דורך דײַטש) האָבן מיר: מײַנע דאַמען און הערן, מאַדאַם, פֿרײַלין אאַז”וו. פֿון די שכנישע שפּראַכן האָבן מיר אויך אַרײַנגענומען אַזעלכע ווערטער — פּאַן פֿון פּויליש, מיסטער און מיסעס פֿון ענגליש — אָבער זיי זײַנען, דאַכט זיך, קיין מאָל ניט געוואָרן היימיש.

כּדי צו פֿאַרמאַסקירן מיאוסע זאַכן, איז לשון־קודש ספּעציעל אָנגעלייגט. דערפֿאַר גייט אַ פֿרומער ייִד ניט אין וואַשצימבער אָדער אין אָפּטריט (וואָס דאָס זײַנען אַליין אייפֿעמיזמען), נאָר ער זאָגט אויף לשון־נקיה בית־הכּיסא אָדער בית־הכּבֿוד. אַהין גייט ער אויף נקבֿים אָדער אויף צורך, למשל, כּדי משתּין צו זײַן. אַ גאַנג פֿון די געדערעם הייסט בײַ אים אַ הילוך, און דאָס וואָס גייט הייסט צואה אָדער טינוף. בײַ זײַן פּלוניתטע קען די מענסטרואַציע הייסן אַפֿילו גאָטס יום־טובֿ.

ניט אַלע לשון־קודש־ווערטער דינען צו פֿאַרשענערן — עטלעכע קענען בפֿירוש פֿאַרמיאוסן: חזיר, שקצים, פּגרן, למשל. אָבער, בדרך־כּלל, דערהייבן זיי דעם סטיל און גיבן צו אַ לומדישן טעם. יעדע טוּונג קען דערהויבן ווערן מיט אַ לשון־קודשדיקן אויסדרוק: ניט ער שטאַרבט, נאָר ער איז ניפֿטר אָדער נסתּלק געוואָרן. ניט ער פֿאַרלענגערט די לעקציע, נאָר ער איז מאריך אין זײַנע רייד. ניט ער לאָזט וויסן, נאָר ער איז מודיע די וויכטיקע נײַעס.

הײַנט איז דער לומדישער סטיל געוואָרן אַ סך מער פּאָפּולער, ווי אין דער בליצײַט פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור. דעמאָלט האָט מען געשריבן פֿאַר די מאַסן, וואָס האָבן ניט געקענט צו פֿיל לשון־קודש. די פּראָגרעסיווע אינטעליגענטן האָבן, אַ מאָל מיט אידעאָלאָגישע כּוונות, געזוכט אויסצומײַדן לשון־קודש און געשעפּט מער פֿון דײַטש, ענגליש, רוסיש און אַנדערע שפּראַכן פֿון לאַנד. אָבער הײַנט זײַנען קיין ייִדיש-רעדנדיקע מאַסן שוין ניטאָ, און די חסידים (כאָטש די מענער) קענען שוין לשון־קודש בעסער ווי ייִדיש.

דער צווייטער הויפּט־מקור פֿאַר די „הויכע‟ ווערטער, דײַטש, איז שוין געווען אַרויס פֿון דער מאָדע פֿאַר דער מלחמה. אין די 1920ער יאָרן האָט דײַטשמעריש שוין געקלונגען עפּעס שטײַף און האַמעטנע, נאָך איידער די פּוריסטן האָבן אָנגעהויבן זייער קאַמפּאַניע. אָבער מע דאַרף זיך פֿאָרשטעלן, אַז סוף 19טן י”ה האָט מען נאָך אימפּאָנירט דעם לייענער, נאָך געמאַכט אַן אינטעליגענטישן אײַנדרוק, ווען מע האָט אַרײַנגעבראָקט אין די רייד גרויסע שטיקלעך דײַטשמעריש. „יעדער יוד וואָס איז געווען אימשטאַנד צו געברויכן אַ מוסטערהאַפֿטע שפּראַכע מיט דערפֿאָלג, האָט געצײַגט, דאָס ער איז פֿאָרטשריטלעך, געבילדעט און ליבנסווירדיק…‟

בײַ די ייִדישיסטן פֿון ייִוואָ איז אַלע מאָל געווען אַן אידעאַל צו שאַפֿן די „הויכע‟ ווערטער פֿון עכט־ייִדישן חומר, און ניט פּשוט זיך צו פֿאַרלאָזן אויף לשון־קודש, דײַטש, און ענגליש, למשל. זיי פֿלעגן אַפֿילו נישטערן אין אַלטע ספֿרים און אויספֿרעגן שטעטלדיקע זקנים, כּדי אויסצוגראָבן פֿונעם עבֿרי־טײַטש און פֿון די פֿאַרגעסענע דיאַלעקטן אַזעלכע ווערטער, וואָס ס’וואָלט געפּאַסט זיי אויפֿצולעבן און צו ניצן פֿאַר מאָדערנע באַגריפֿן. ווי ווײַט דער דאָזיקער פּראָיעקט האָט מצליח געווען צו שאַפֿן אַ “הויך”־ייִדיש און אַרויסצושטופּן די „שטיפֿקינדער‟ פֿון פֿרעמדע שפּראַכן, דער עיקר, וועט זײַן די טעמע פֿון אַ צווייטן אַרטיקל.