האָלאַנד קעגן בויקאָטן

Holland Won't Ban Israeli Products

מאַרק רוטע, דער האָלענדישער פּרעמיער (רעכט) און משה קאַנטאָר, דער פּרעזידענט פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟
Wiki Commons
מאַרק רוטע, דער האָלענדישער פּרעמיער (רעכט) און משה קאַנטאָר, דער פּרעזידענט פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟

פֿון ייִט״אַ

Published September 24, 2013, issue of October 11, 2013.

דער האָלענדישער פּרעמיער־מיניסטער, מאַרק רוטע, האָט איבערגעגעבן, אַז זײַן רעגירונג האַלט נישט פֿון וועלכע־ניט־איז סאַנקציעס קעגן די אימפּאָרטירטע ישׂראלדיקע פּראָדוקטן, הגם האָלאַנד מוז אָננעמען דאָס געזעץ פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, לויט וועלכן אַלע פּראָדוקטן, געמאַכט אין די ייִשובֿים אויף די אָקופּירטע פּאַלעסטינער טעריטאָריעס מוזן באַגלייט ווערן מיט אַ ספּעציעלן צייכן.

סוף אויגוסט, האָט אַן אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿון דער האָלענדישער רעגירונג איבערגעגעבן די ווערטער פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער, באַטאָנענדיק אין אַ בריוו דעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟ („EJC‟), אַז זײַן לאַנד איז געשטימט קעגן אַלע מינים פֿאַרבאָטן אָדער בויקראָטן פֿונעם ישׂראלדיקן אימפּאָרט. דער פּרעזידענט פֿון „EJC‟, משה קאַנטאָר, האָט פֿריִער אָפּגעשיקט אַ ריי בריוו צו די פֿירער פֿון עטלעכע לענדער, אַרײַנגערעכנט רוטע, וואָרנדיק זיי, אַז די ספּעציעלע צייכנס אויף די פּראָדוקטן, וואָס קומען, לויטן אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, פֿון די אומלעגאַלע ייִשובֿים, העלפֿן נישט צו דערגרייכן שלום צווישן די ישׂראלים און די פּאַלעסטינער.

אין יולי, האָבן אַ צאָל קוואַלן איבערגעגעבן, אַז עטלעכע גרויסע קראָמען אין האָלאַנד האָבן אָנגעהויבן בויקאָטירן די פּראָדוקטן פֿון די אָקופּירטע שטחים; די אַדמיניסטראַציע פֿון די קראָמען האָט אָבער געמאָלדן, אַז זיי האַלטן נישט פֿון אַזעלכע בויקאָטן. ווי די ייִט״אַ האָט זיך איצט דערוווּסט, האָט רוטע געענטפֿערט אין זײַן בריוו צו קאַנטאָרן, אַז די רעגירונג האָט נישט קיין שײַכות צו דעם.

אין מאַרץ, האָט די האָלענדישע רעגירונג רעקאָמענדירט די בעלי־הבתּים פֿון די קראָמען נישט צו פֿאַררעכענען די פּראָדוקטן פֿון די גולן־בערג, מערבֿ־ברעג און מיזרח־ירושלים ווי ישׂראלדיקע. רוטע האָט דערקלערט, אַז מע האָט עס געטאָן, ווײַל אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט דער ראַט פֿאַר אויסערן־ענינים בײַם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד באַשלאָסן צו באַצייכענען די פּראָדוקציע פֿון די אָקופּירטע שטחים; האָלאַנד, ווי אַ מיטגליד פֿונעם פֿאַרבאַנד, האָט געמוזט פֿאָלגן די נײַע רעגולאַציעס, הגם דערווײַל האָט דער ראַט נאָך נישט פֿאָרמולירט די פּרטימדיקע אינסטרוקציעס, ווי אַזוי מע זאָל עס טאָן.

דעם 16טן סעפּטעמבער, האָט קאַנטאָר פֿאַרעפֿנטלעכט אַ טענה־בריוו, וואָס האָט פֿאַרנומען אַ גאַנצע זײַט אין דער ענגלישער צײַטונג „Financial Times of London‟ („פֿינאַנציעלע נײַעס פֿון לאָנדאָן‟), קריטיקירנדיק די נײַע רעגולאַציעס פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. לויט זײַן מיינונג, „דינען זיי צו פֿאַרמינערן די שאַנסן צו דערגרייכן אַ שלום‟. אין פֿאַרגלײַך מיטן האָלענדישן פּרעמיער, האָט דער בריטישער סעקרעטאַר פֿאַר אויסערן־ענינים, וויליאַם הייג, געענטפֿערט אויף קאַנטאָרס בריוו מיט אַ מער נעגאַטיוון טאָן. הייג האָט דערקלערט, אַז די ייִשובֿים זענען אומלעגאַל, לויט די אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן, און דערפֿאַר שטערן דעם שלום־פּראָצעס.