שוועדן קעגן ברית־מילה

Sweden Ponders Circumcision Ban

הרבֿ פּינחס גאָלדשמידט (דער צווייטער פֿון רעכטס) רעדט מיט אייראָפּעיִשע פֿירער אין בריסל, מיט צוויי יאָר צוריק
Wikimedia Commons
הרבֿ פּינחס גאָלדשמידט (דער צווייטער פֿון רעכטס) רעדט מיט אייראָפּעיִשע פֿירער אין בריסל, מיט צוויי יאָר צוריק

פֿון ייִט״אַ

Published September 26, 2013, issue of October 11, 2013.

צוויי דעפּוטאַטן פֿון דער רעכטער „פּאַרטיי פֿון שוועדישע דעמאָקראַטן‟ האָבן דינסטיק, דעם 24סטן סעפּטעמבער, פֿאָרגעלייגט צו פֿאַרווערן ברית־מילה פֿאַר קינדער ייִנגער פֿון 18 יאָר, סײַדן מע מאַכט עס פֿאַר מעדיצינישע צוועקן. די געזעצגעבער, ביאָרן סאָדער און פּער ראַמהאָרן, האָבן באַמערקט, אַז די „ברית־מילה‟ פֿאַר מיידלעך — אַ געוויסער מינהג, וואָס איז פֿאַרשפּרייט בײַ אַ טייל מוסולמענער — איז שוין פֿאַרבאָטן אין זייער לאַנד. דעריבער, האָבן זיי געטענהט, זאָלן די ייִנגלעך האָבן „דאָס זעלבע רעכט, כּדי אויסצומײַדן די פּראָבלעמען מיט אָפּגעשוואַכטער סענסיטיווקייט פֿון זייערע סעקסועלע אבֿרים, פּײַנלעכע ערעקציעס, מעגלעכע סכּנות פֿאַר זייערע נירן, די פּסיכאָלאָגישע טראַוומע פֿונעם אייביקן פֿאַרלוסט, ווי אויך דעם שרעקלעכן אַרײַנמיש אינעם פּריוואַטן לעבן‟.

אינעם יאָר 2001, האָט מען אין שוועדן אָנגענומען אַ געזעץ, לויט וועלכן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער מוהל מיט אַ ליצענץ מעג מל זײַן נײַ־געבוירענע קינדער. הגם די מוהלים באַקומען זייערע דערלויבענישן פֿון די מעדיצינישע רעגירונג־אינסטאַנצן, מוז אַ דאָקטער אָדער אַ קראַנקנשוועסטער בײַזײַן בעת דעם ברית.

די „פּאַרטיי פֿון שוועדישע דעמאָקראַטן‟, וואָס איז געשטימט קעגן די אימיגראַנטן, איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1988. נאָך 2010 איז זי אַרײַן אינעם פּאַרלאַמענט, ווען 5.7 פּראָצענט שוועדן האָבן פֿאַר איר אָפּגעשטימט, און פֿאַרנעמט איצט 20 פֿון 349 ערטער.

הרבֿ פּינחס גאָלדשמידט, דער פּרעזידענט פֿון דער „אייראָפּעיִשער קאָנפֿערענץ פֿון רבנים‟, האָט שאַרף קריטיקירט דעם פֿאָרגעלייגטן פֿאַרבאָט און האָט עס אָנגערופֿן „אַ געפֿערלעך עם־הארצות‟. דערווײַל איז נישט קלאָר, ווען דער שוועדישער פּאַרלאַמענט וועט באַהאַנדלען דעם דאָזיקן געזעץ־פּראָיעקט. אַדרבה, ווי גאָלדשמידט האָט דערקלערט, וואָלט אַזאַ געזעץ מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ ריזיקע עוולה קעגן די מענטשנרעכט, וועלכע די דערמאָנטע שוועדישע פּאָליטיקער שטרעבן, כּלומרשט, צו באַשיצן.

אַ טייל לינקע סעקולאַריסטן אין שוועדן זענען אויך געשטימט קעגן דער ברית־מילה, אַזוי ווי די רעכטע קעגנער פֿון די מוסולמענישע אימיגראַנטן. מיט אַ יאָר צוריק, האָט אַ געריכט פֿאַרווערט די ברית־מילה אין קעלן, דײַטשלאַנד; הגם דער באַשלוס איז נאָך אַ קורצער ווײַל בטל געוואָרן, האָט ער געשאַפֿן אַ פּרעצעדענט פֿאַר ענלעכע פֿאַרבאָט־פּרוּוון אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער.