אַן אָפּמאַך מיט איראַן?

A Possible Deal With Iran?

דער איראַנישער פּרעזידענט, כאַסאַן רוכאַני (רעכטס), טרעפֿט אויף אין ניו־יאָרק בײַ דער גענעראַל־אַסאַמבלעע פֿון דער „יו־ען‟, דעם 24סטן סעפּטעמבער
Getty Images
דער איראַנישער פּרעזידענט, כאַסאַן רוכאַני (רעכטס), טרעפֿט אויף אין ניו־יאָרק בײַ דער גענעראַל־אַסאַמבלעע פֿון דער „יו־ען‟, דעם 24סטן סעפּטעמבער

פֿון אַרשאַד מאָכאַמעד, וואַרען סטראָבעל און יעגאַנע טאָרבאַטי (Reuters)

Published September 26, 2013, issue of October 11, 2013.

צום ערשטן מאָל נאָך צענדליקער יאָר איז געקומען אַ מאָמענט, ווען איראַן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן אַ שאַנס אָנצוהייבן אַן ערנסטן דיאַלאָג. פֿונדעסטוועגן, וועלן די דירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען וועגן דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם זײַן, מסתּמא, אַ פּאַמעלעכער און שווערער פּראָצעס.

די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן די צוויי לענדער, אין וועלכע עס וועלן זיך באַטייליקן דער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר, דשאָן קערי, און דער איראַנישער אויסערן־מיניסטער, מאָכאַמאַד דזשאַוואַד זאַריף, הייבן זיך אָן דעם 26סטן סעפּטעמבער.

דערווײַל האָט זיך דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, נישט אײַנגעגעבן אָנצוהייבן אַ דירעקטן דיאַלאָג מיט זײַן איראַנישן קאָלעגע, פּרעזידענט כאַסאַן רוכאַני. פֿונדעסטוועגן, האָט אָבאַמאַ, בעת זײַן אַנומלטיקער רעדע בײַ דער גענעראַל־אַסאַמבלעע פֿון דער „יו־ען‟, אַרויסגעוויזן אַ צאָל פּאָזיטיווע זשעסטן לגבי איראַן, אַרײַנגערעכנט די מעגלעכקייט אָנצונעמען דאָס רעכט צו באַנוצן זיך מיט נוקלעאַרער ענערגיע פֿאַר פֿרידלעכע צוועקן. אָבאַמאַ האָט אָבער אויך באַמערקט, בעת זײַן אויפֿטריט, אַז עס קאָן זיך אַרויסווײַזן, אַז די חילוקי־דעות צווישן די לענדער זענען צו גרויס פֿאַר אַ דיפּלאָמאַטישן אָפּמאַך.

פֿון זײַן צד, האָט רוכאַני באַטאָנט, בעת זײַן רעדע בײַ דער גענעראַל־אַסאַמבלעע, אַז איראַן אַנטוויקלט די נוקלעאַרע פּראָגראַם בלויז פֿאַר פֿרידלעכע צוועקן, און אַז ער איז גרייט אָנצוהייבן קאָנקרעטע פֿאַרהאַנדלונגען מיט אַמעריקע וועגן דעם דאָזיקן ענין.

אין אַפּריל, בעת אַ שמועס בײַם רונדן טיש אין קאַזאַכסטאַן, האָבן די מערבֿדיקע מלוכה־פֿאָרשטייער פֿאָרגעלייגט אָפּצושאַפֿן אַ טייל פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע סאַנקציעס, אויב מע וועט אָפּשטעלן די פּראָגראַם פֿון אוראַניום־באַרײַכערונג אין איראַן. די איראַנער פּאָליטיקער האָבן אָבער אָפּגעוואָרפֿן דעם דאָזיקן פֿאָרשלאָג. אין די אַפּריל־פֿאַרהאַנדלונגען האָבן זיך באַטייליקט איראַן, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, גרויס־בריטאַניע, כינע, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און רוסלאַנד.

רוכאַני, וועלכער האָט צוגעזאָגט צו פֿאַרבעסערן די איראַנישע עקאָנאָמיע, האָט קלאָר געמאָלדן, בעת זײַן אויפֿטרירט בײַ דער „יו־ען‟, אַז ער האָפֿט פּטור צו ווערן פֿון די סאַנקציעס.