פֿרוידס ייִדישע דיאַגנאָסטישע קריטעריע

Freud’s Yiddish Diagnosis


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published September 26, 2013, issue of October 11, 2013.

דאָ רעדט זיך וועגן אַ טיפּ פֿון נעווראָזע וואָס פֿרויד האָט אָפּגעטיילט פֿון פּסיכאָ־נעווראָטישע סימפּטאָמען. אַנשטאָט צו זײַן סימבאָליש, זײַנען זיי באַזירט אויף אַן אינטימע‪-‬געשלעכטלעכער נישט־באַפֿרידיקונג. און צום סוף ווײַזט זיך אַרויס, אַז פֿרויד האָט אַ פֿײַג געקענט ייִדיש, דעריבער איז אַלץ בײַ אים אַרויסגעקומען אומגעכאַכלט, ווי מײַן מאַמע פֿלעגט זאָגן אויף אַ מענטש, וואָס האָט זיך געוואַקלט און נישט פֿאַרמאָגט קיין ברעקל חוש פֿון הומאָר. איך וועל אָבער אַנאַליזירן זײַנע אַנאַליזן און זיי משדך זײַן מיט ייִדישן פֿאָלקלאָר און הומאָר. איז לאָמיר אָנהייבן מיט אַ מילדן אָנפֿאַל פֿון דער נעווראָטישער געלעגער־אומצופֿרידנקייט.

לײַדנשאַפֿטלעכע נעווראָזע

מילדער פֿאַל:

צערטלען, זיפֿצן, שמאָכטן, בענקען און האָבן גלעזערנע אויגן.

מיטעלער פֿאַל:

גליִען, פֿלאַמען, קראַפּירן און ווערן די כּפּרה.

עקסטרעמער פֿאַל:

פֿון ליבע באַקומט ער אַ קאָפּווייטיק און זי אַ בויך־ווייטיק.

אַז עס וואָלט געווען אַן עבֿרה, וואָלט עס דער רבֿ נישט געטאָן; וואָלט עס געווען אַ סכּנה, וואָלט עס דער דאָקטער נישט געטאָן.

אַמביוואַלענץ

מילדער פֿאַל:

אפֿשר יאָ און אפֿשר נישט.

מיטעלער פֿאַל:

גיי ווייס.

עקסטרעמער פֿאַל:

בוידעם קלאָץ, קום איך נישט הײַנט, קום איך מאָרגן.

מ’רעדט און מ’רעדט און מ’שושקעט זיך.

ווען איך דערמאָן זיך, אַז דער זיידע איז בחורווײַז געשטאָרבן, קומען מיר טרערן אין די אויגן.

אַ קאָמפּולסיווע נטיעה בײַ ייִדן איבערצוחזרן

(פֿרויד האַלט, אַז דאָס איז די מדרגה פֿון קאָנקרעטער פּסיכאָפּאַטאַלאָגיע)

מילדער פֿאַל:

האָסט געהערט? צי איך האָב געהערט! — אוודאי, האָב איך געהערט.

שלום־עליכם, עליכם־שלום. פֿאַרוואָס? — פֿאַרוואָס נישט?

ווילסט אפֿשר פֿאַרזוכן אַ שטיקל געבעקס? — צי איך וויל פֿאַרזוכן אַ שטיקל געבעקס!‟

האָסט געקלונגען דער מאַמען? — צי איך האָב געקלונגען דער מאַמען?

“פֿאַרקערטע טראַנספֿערענץ”

מילדער פֿאַל:

שבת־גוי.

עגאָ און איד

(נישט ייִד)

(פֿרוידס צווייטע טעאָריע פֿון פּסיכישן צושטאַנד, וווּ ער מאַכט אַ חילוק צווישן דעם איד און דעם סופּער עגאָ.)

מילדער פֿאַל:

זיי זײַנען ביידע פֿאַרליבט, ער אין זיך, און זי אין זיך.

מיטעלער פֿאַל:

אין תּוך איז אַ לאָך.

עקסטרעמער פֿאַל:

דער ייִד.

איד

(דער איד שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם אינסטיקט און דעם פּאָלוס פֿון זײַן פּערזענלעכקייט, זײַן געוויסן, וואָס אַ טייל דערפֿון קומט בירושה, אַ טייל ווערט באַהאַלטן און אין צײַט דערגייט דער איד צו אַ באַהאַלטענעם אינסטינקט. פֿאַר פֿרוידן איז דער איד דער הויפּט רעזערוווּאַר פֿון פּסיכאָלאָגישער ענערגיע, וואָס האָט אַ קאָנפֿליקט מיטן עגאָ און דעם סופּער־עגאָ.)

מילדער פֿאַל:

וווּ מ’וואַרפֿט אַ שטיין, דאָרט טרעפֿט מען אַ ייִד.

גנבֿעט אַ גוי, הענגט מען דעם גנבֿ. גנבֿעט דער ייִד, הענגט מען דעם ייִד.

מיט ייִדן איז גוט צו עסן קוגל, דאַווענען פֿון איין סידור און ליגן אויף איין בית־עולם.

עראָטאָגענישע זאָנע

(דאָס ענטגילטיקע אָרט פֿון דער הויט אָדער שלײם, הײַטל וואָס איז פֿעיִק צו ווערן לײַדנשאַפֿטלעך געשטימט.)

מילדער פֿאַל:

גלעט

מיטעלער פֿאַל:

טאַפּ

עקסטרעמער פֿאַל:

פֿײַערשפּריצער

ער האָט ליב וואָס דער רבי האָט נישט פֿײַנט.

משפּחה־ראָמאַנס

(דעם אויסדרוק האָט פֿרויד דערקלערט ווי אַ פֿאַנטאַזיע. נעמלעך, אין דעם פֿאַל איז זײַן מוטער געווען מאָדיפֿיצירט, און ער אַליין האָט געגלייבט, אַז ער איז געווען אַן אונטערגעוואָרפֿן קינד.)

טאַטע־מאַמע רוחות.

קינדער-שדים.

משוגענע גענדז, משוגענע גריוון.

ווען די קינדער זײַנען יונג, דערציילן די עלטערן זייערע חכמות.

ווען די עלטערן ווערן אַלט, דערציילן די קינדער זייערע נאַרישקייטן.

איך בין געוואַלדיק צופֿרידן וואָס די מאַמע האָט מיך געהאַט און נישט קיין פֿרעמדע ייִדענע.

זעלבסט אינסטינקט

(פֿרויד האָט קלאַסיפֿיצירט אַלע באַדערפֿענישן פֿונעם גוף, וואָס זײַנען וויכטיק פֿאַר דער פּרעזערוואַציע פֿון אַ יחיד. הונגער, זאָגט ער, איז אַ בײַשפּיל פֿון אַזאַ אינסטינקט. אין מיצקע דערינען קומט ער אַרויס מיטן אינסטינקט צו פֿאַרבײַטן אַ זעלבסט־אינסטינקט אויף אַ צווייטן, ווי שמדן זיך).

מילדער פֿאַל:

אפּיקורס

מיטעלער פֿאַל:

שגץ

עקסטרעמער פֿאַל:

שמדקאָפּ

אַ ייִד אַ למדן קען קיין חסיד נישט זײַן און אַן עם־הארץ קען קיין אפּיקורס נישט זײַן.

ער האָט אויסגעביטן דאָס רענדל.

ער האָט זיך שוין געשמדט אין זײַן מאַמעס בויך.

אינטעלעקטואַליזאַציע

(דער יחיד מאַכט פֿרויד, אַנשטאָט קאָנצענטרירן זיך אויף זײַנע קאָנפֿליקטן און עמאָציעס, פֿאַרשטעלט ער זיי אין אַלערליי פֿאַנטאַסטישע מאַכינאַציעס).

מילדער פֿאַל:

אַ ממזר.

מיטעלער פֿאַל:

אַ ייִדישער קאָפּ.

עקסטרעמער פֿאַל:

שלמה־המלך

ער קלערט אַרײַן וווּ די פֿלוי האָט איר פּופּיק.

ווען די באָבע וואָלט געהאַט אַ באָרד, וואָלט זי געווען אַ זיידע.

וווּ מ’דאַרף מוח, העלפֿט נישט קיין כּוח.

דער שׂכל איז אַ קריכער.

אינטראָזשעקציע

האַק נישט איבער אין מיטן.

האַק מיר נישט קיין טשײַניק.

מאַזאָכיזם

(סעקסועלע פּערווערזיע, טענהט פֿרויד, קען מען קלאַסיפֿיצירן ווי אַ באַפֿרידיקונג, וואָס האָט צו טאָן מיט דערנידעריקונג און בושה, וווּ דער יחיד, ווי אַ רעזולטאַט פֿון זײַן אונטערבאַוווּסטזיניקן שולד־געפֿיל, זוכט אַ געלעגנהייט צו זײַן אַ קרבן און פֿון דעם ווערט ער דירעקט באַפֿרידיקט.)

מילדער פֿאַל:

ער רײַסט פֿון זיך שטיקער.

מיטעלער פֿאַל:

זי שלאָגט זיך קאָפּ אין וואַנט.

עקסטרעמער פֿאַל:

דעם גן־עדן מיטן גיהנום קען מען האָבן אויף דער וועלט.

שולד־געפֿיל

(אַן עמאָציאָנעלער צושטאַנד, וואָס איינער פֿילט צוליב זײַן פּערזענלעכער אומווערדיקייט.)

מילדער פֿאַל:

כּשרע נשמה נעבעך.

מיטעלער פֿאַל:

צוצולייגן צו אַ געשוויר.

עקסטרעמער פֿאַל:

אויפֿן גנבֿ ברענט דאָס היטל.

די וועגן פֿון תּשובֿה זײַנען נישט ווייניקער פֿאַרדאָרבן, ווי די וועגן פֿון זינד.

אין דער יוגנט אַ גנבֿ, אויף דער עלטער אַ בעל־תּשובֿה.

היפּאָכאָנדריע

(די שרעק פֿון זײַן זיכער, אַז מען איז אָנגעגריפֿן פֿון אַ קרענק, נישט געקוקט אויף די פֿאַרזיכערונגען פֿון דאָקטוירים.)

איך האָב אַ מילכיקן קאָפּ.

עס פֿוילט מיר די לעבער.

עס גייט מיר איבער די גאַל.

עס פֿאַלן מיר אָפּ שטיקער פֿלייש.

מײַן קאָפּ ליגט אין דר’ערד.

אָט אָ דאָ מוז איך בלײַבן שטיין אָפּכאַפּן דעם אָטעם, און צו זיך קומען פֿון פֿרוידס אַנאַליזע פֿון אונדזער פּסיכיק, אונדזער עמאָציאָנעלן צושטאַנד און אונדזער צוזאַמענשטעל פֿון אַ קוואַל סימפּטאָמען און אינסטינקטן, וואָס פֿון דעם אַליין קען מען משוגע ווערן.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.