וואַרשעווער אויסשטעלונג אָפּגעלייגט

Polish Jewry Museum Delays Exhibit Opening

Getty Images

פֿון ייִט״אַ

Published October 04, 2013, issue of October 25, 2013.

צוליב אַ דוחק אין פֿאָנדן האָט דער „מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן‟ געמוזט אָפּלייגן די אָפֿיציעלע עפֿענונג פֿון זײַן פּערמאַנענטער הויפּט־אויסשטעלונג ביז האַרבסט 2014, איז דינסטיק געמאָלדן געוואָרן אויף דער וועבזײַט פֿונען מוזיי, Virtual Shtetl.

דער מוזיי זוכט נאָך 2.5 מיליאָן דאָלאַר — אַ העלפֿט בײַ דער מלוכה, און אַ העלפֿט בײַ דער וואַרשעווער מוניציפּאַליטעט, גיט איבער Virtual Shtetl.

אַ סובסידיע מיט אַ ווערט פֿון דרײַ מיליאָן אייראָס, וואָס איז צוגעזאָגט געוואָרן דעם מוזיי מצד דער נאָרוועגישער רעגירונג, וועט אַ ביסל גרינגער מאַכן דעם פֿינאַנציעלן מצבֿ, אָבער די דאָזיקע סובסידיע מעג בלויז באַשטימט ווערן פֿאַר דערציִערישע אַקטיוויטעטן, האָט דער מוזיי געזאָגט.

דער דערווײַליקער דירעקטאָר פֿונעם מוזיי, אַנדריי צודאַק, האָט איבערגעגעבן די ידיעה וועגן דעם פֿינאַנציעלן דוחק בעת אַ זיצונג פֿון דער „קאָמיסיע פֿון קולטור און מעדיאַ‟ בײַם סיים, דעם פּוילישן פּאַרלאַמענט.

אין אַ דערקלערונג פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער סיים־וועבזײַט, האָט צודאַק באַשטעטיקט, אַז די הויפּט־אויסשטעלונג פֿונעם מוזיי וועט שוין זײַן פֿאַרענדיקט ביז יוני 2014, אָבער די עפֿענונג וועט נאָך אַלץ פֿאָדערן „אַ ממשותדיקע קאַמפּאַניע פֿון כּוחות און רעסורסן‟.

דער מוזיי איז אַן אינסטיטוציע, וואָס ליגט סײַ אין מלוכישע הענט, סײַ אין פּריוואַטע, אָבער די בויונג איז, צום גרעסטן טייל, פֿינאַצירט געוואָרן דורך דער מלוכה און דער שטאָט. דעם בנין האָט מען געעפֿנט אין אַפּריל, אָבער אָן דער הויפּט־אויסשטעלונג.

ביז איצט האָט דער מוזיי דורכגעפֿירט פֿאַרשידענע קולטורעלע און דערציִערישע פּראָגראַמען, ווי אויך צײַטווײַליקע אויסשטעלונגען.