דענישע קהילה ווערט קלענער

Danish Jewry Dwindling

פֿין שוואַרץ, דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין דענמאַרק און די גרויסע שיל אין קאָפּענהאַגען
Ben Harris
פֿין שוואַרץ, דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין דענמאַרק און די גרויסע שיל אין קאָפּענהאַגען

פֿון ייִט״אַ

Published October 09, 2013, issue of October 25, 2013.

דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין דענמאַרק, פֿין שוואַרץ, האָט איבערגעגעבן, אַז במשך פֿון די לעצטע 25 יאָר איז די צאָל רעגיסטרירטע קהילה־מיטגלידער אין לאַנד געפֿאַלן אויף 25 פּראָצענט — טיילווײַז, צוליב דעם אַנטיסעמיטיזם.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט שוואַרץ איבערגעגעבן דער צײַטונג „Jyllands Posten‟, אַז אינעם יאָר 1997 זענען אין דער דענישער קהילה־אָרגאַניזאַציע „Mosaisk Troessamfund‟ געווען 2,639 מיטגלידער. הײַנט זענען געבליבן בלויז 1,899. דער קהילה־פּרעזידענט האָט דערקלערט, אַז אַ סך יונגע לײַט האָבן באַשלאָסן אַוועקצופֿאָרן קיין אַמעריקע אָדער ישׂראל, וווּ „דאָס זײַן אַ ייִד ווערט נישט באַטראַכט ווי עפּעס אַ נעגאַטיווע זאַך‟.

ווען שוואַרצס אַרטיקל איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן, האָט די דענישע רעגירונג אָפּגעמערקט דעם 70סטן יאָרטאָג פֿון דער ראַטיר־אָפּעראַציע, בעת וועלכער 7,500 ייִדן זענען עוואַקויִרט געוואָרן פֿונעם נאַצי־אָקופּירטן דענמאַרק אינעם נייטראַלן שוועדן. צוליב דעם, האָבן די דענישע ייִדן איבערגעלעבט דעם חורבן.

מאָראַן יאַקאָב, אַ זון פֿון אַ מוסולמענישן טאַטן און אַ ייִדישער מאַמע, האָט געמאָלדן דעם 29סטן סעפּטעמבער אין אַן אינטערוויו דער דערמאָנטער צײַטונג, אַז ער האָט געמוזט פֿאַרלאָזן דעם קאָפּענהאַגענער קוואַרטאַל נאָרעבראָ צוליב דעם אַנטיסעמיטיזם. די ייִדישע קהילה־אָרגאַניזאַציע האָט איבערגעגעבן, אַז אינעם יאָר 2012 זענען אינעם לאַנד געשען 40 דאָקומענטירטע אַנטיסעמיטישע אינצידענטן — צוויי מאָל מער, ווי מיט דרײַ יאָר פֿריִער. ס׳רובֿ פֿאַלן האָבן געהאַט צו טאָן מיט אימיגראַנטן פֿון מוסולמענישע לענדער. יאַקאָבס מעשׂה איז געוואָרן ברייט באַקאַנט אין דער דענישער מעדיאַ.

ברײַען אַרלי יאַקאָבסען, אַן אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָר בײַם אָפּטייל פֿאַר צווישן־קולטורעלע שטודיעס בײַם קאָפּענהאַגענער אוניווערסיטעט, איז אָבער נישט מסכּים, אַז דער אַנטיסעמיטיזם שפּילט אַ מערקווירדיקע ראָלע אין דער ייִדישער דעמאָגראַפֿיע פֿון דענמאַרק. לויט זײַנע ידיעות, זענען אַ סך מיטגלידער פֿון דער קהילה־אָרגאַניזאַציע עלטערע לײַט; במשך פֿון די לעצטע יאָרן, זענען אַ טייל פֿון זיי פּשוט געשטאָרבן. לויט דעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟, וווינען הײַנט אין דענמאַרק בערך 8,000 ייִדן.