ייִדישע נאָבעל־לאַורעאַטן

Jewish Professors Receive Nobel Prize

אַריה וואַרשעל באַקומט די נאָבעל־פּרעמיע
Getty Images
אַריה וואַרשעל באַקומט די נאָבעל־פּרעמיע

פֿון ייִט״אַ

Published October 10, 2013, issue of October 25, 2013.

צווישן די דרײַ הײַיאָריקע לאַורעאַטן פֿון דער נאָבעל־פּרעמיע אין כעמיע געפֿינט זיך אַריה וואַרשעל, וועלכער איז געבוירן געוואָרן און באַקומען זײַן בילדונג אין ישׂראל. איצט אַרבעט ער ווי פּראָפֿעסאָר פֿון כעמיע און ביִאָ־כעמיע אינעם אוניווערסיטעט פֿון דרום־קאַליפֿאָרניע. מיטוואָך, דעם 9טן אָקטאָבער, האָט ער געוווּנען די פּרעמיע בשותּפֿות מיט פּראָפֿעסאָר מאַרטין קאַרפּלוס, אַ געבוירענער אין עסטרײַך, וועלכער אַרבעט אינעם שטראַסבורגער אוניווערסיטעט אין פֿראַנקרײַך און אינעם אַמעריקאַנער האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, און פּראָפֿעסאָר מײַקל לעוויט — אַ געבוירענער אין פּרעטאָריע, דרום־אַפֿריקע, וועלכער אַרבעט איצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן בײַם סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט.

אַלע דרײַ לאַורעאַטן זענען ייִדן. לויט דער נײַעס־וועבזײַט „טײַמס פֿון ישׂראל‟, האָט לעוויט באַקומען די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט אין די 1980ער יאָרן, ווען ער האָט געאַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר אין רחובֿות, בײַם ווײַצמאַן־אוניווערסיטעט. קאַרפּלוס איז געבוירן געוואָרן אין אַ וועלטלעכער משפּחה, וועלכע איז געווען גוט באַקאַנט אין ווין; אינעם יאָר 1938, זײַענדיק אַ קליין קינד, איז ער אַנטלויפֿן מיט די עלטערן פֿון עסטרײַך פֿון די נאַציס.

ווי די „שוועדישע קיניגלעכע אַקאַדעמיע‟ האָט דערקלערט, זענען די כעמיקער באַלוינט געוואָרן פֿאַרן „אַנטוויקלען די פֿיל־מאַסשטאַביקע מאָדעלן פֿון קאָמפּליצירטע כעמישע סיסטעמען‟. אַ דאַנק זייערע פֿאָרשונגען, קאָנען די הײַנטיקע וויסנשאַפֿטלער מאָדעלירן די רעאַלע כעמישע פּראָצעסן אויפֿן קאָמפּיוטער. ווי דער זשורי האָט באַטאָנט, זענען די קאָמפּיוטערס געוואָרן פּונקט אַזוי וויכטיק אין דער הײַנטצײַטיקער כעמיע, ווי די קלאַסישע לאַבאָראַטאָריע־אויסשטאַטונג. די פּראָגראַמען דערמעגלעכן דורכצופֿירן ווירטועלע עקספּערימענטן אויפֿן עקראַן און פֿאָרויסזאָגן גאַנץ גענוי די רעזולטאַטן.

דער 74־יאָריקער וואַרשעל האָט באַקומען זײַן באַקאַלאַווראַט־דיפּלאָם אין כעמיע פֿונעם חיפֿהר „טכניון‟. זײַן מאַגיסטער־ און דאָקטער־דיסערטאַציע האָט ער פֿאַרטיידיקט אינעם ווײַצמאַן־אינסטיטוט. אינעם יאָר 1976 האָט ער אָנגעהויבן אַרבעטן בײַם אוניווערסיטעט פֿון דרום־קאַליפֿאָרניע.

ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז צווישן די אַנדערע הײַיאָריקע נאָבעל־לאַורעאַטן זענען אויך דאָ נישט ווייניק ייִדן. דינסטיק האָט פֿראַנסואַ ענגלער, אַ בעלגישער פּראָפֿעסאָר, וועלכער אַרבעט אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט און אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, באַקומען די פּרעמיע אין פֿיזיק בשותּפֿות מיטן בריטישן פֿיזיקער פּיטער היגס. מאָנטיק, האָבן צוויי אַמעריקאַנער ייִדן, דזשיימס ראָטמאַן פֿונעם יעיל־אוניווערסיטעט, און רענדי שעקמאַן פֿונעם בערקלי־אוניווערסיטעט אין קאַליפֿאָרניע, באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע אין מעדיצין, צוזאַמען מיטן דײַטישן פּראָפֿעסאָר טאָמאַס זידהאָף, וועלכער אַרבעט איצט אויך אין אַמעריקע, בײַם סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט.