וואָס טוט מען מיט די מענער פֿון עגונות?

Dealing With Husbands of Chained Women

די פֿאַרדעכטיקטע רבנים אין געריכט, דעם 10טן אָקטאָבער
די פֿאַרדעכטיקטע רבנים אין געריכט, דעם 10טן אָקטאָבער

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published October 16, 2013, issue of November 08, 2013.

די ייִדישע קהילה איז, צום באַדויערן, שוין צוגעוווינט צו הערן וועגן רבנים, וואָס ווערן אַרעסטירט צוליב פֿינאַנציעלע, און אַפֿילו סעקסועלע פֿאַרברעכנס, אָבער דער אַרעסט פֿון די צוויי ברוקלינער רבנים דעם 10טן אָקטאָבער איז געווען פֿון אַ גאָר אַנדער שניט.

ר׳ מענדל עפּשטיין, אַן 68־יאָריקער רבֿ פֿון ברוקלין, וועלכער איז באַקאַנט פֿאַר זײַן העלפֿן עגונות באַקומען אַ גט, ווען די מענער זאָגן זיך אָפּ דערפֿון, האָט, אַ פּנים, אָנגעפֿירט מיט אַ באַנדע, וועלכע האָט פֿאַרכאַפּט און געפּײַניקט אַזוינע מענער, ביז זיי האָבן מסכּים געווען צום גט. אַחוץ עפּשטיין איז אויך אַרעסטירט געוואָרן הרבֿ מאַרטין וואָלמאַרק — אַ 55־יאָריקער ראָש־ישיבֿה פֿון מאָנסי, וועלכער דינט אויף כּלערליי בית־דינס — און אַכט אַנדערע מענער.

דערצו האָט עפּשטיין אָפּגעלעקט אַ ביינדל: ער האָט בײַ די אומגליקלעכע פֿרויען גערעכנט 10,000$ צונויפֿצורופֿן אַ בית־דין, וואָס זאָל געבן אַ היתּר צו ברוטאַליזירן די מענער, און נאָך 50,000$ אָנצושטעלן די אַנדערע, וועלכע זאָלן דורכפֿירן די אַקציע, האָט איבערגעגעבן די „עף־בי־אײַ‟ [פֿעדעראַלע פּאָליציי־דינסט].

לויט דער הלכה, אויב אַ פֿרוי וויל זיך גטן מיטן מאַן, מוז ער, צו ערשט, מסכּים זײַן. אויב ער זאָגט זיך אָפּ פֿון גיבן איר אַ גט, ווערט זי פֿאַררעכנט פֿאַר אַן עגונה: זי קאָן נישט ווידער חתונה האָבן, און אויב זי האָט אַ קינד מיט אַ צווייטן מאַן, ווערט דאָס קינד באַצייכנט פֿאַר אַ ממזר.

הײַנט באַמיִען זיך אַ צאָל אַקטיוויסטן צו העלפֿן די עגונות זיך באַפֿרײַען פֿון זייערע מענער, אָבער אַפֿילו זיי זענען געבליבן געפּלעפֿט בײַם דערוויסן זיך וועגן די מיטלען, וואָס די רבנים האָבן געניצט קעגן די מענער פֿון עגונות. „כ׳בין נאָך אַלץ אין אַ שאָק,‟ זאָגט באַרבאַראַ זײַקהײַם, אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿון ORA, אַן אָרגאַניזאַציע וואָס העלפֿט די עגונות, //www.getora.com/ און די גרינדערין פֿון דער „ייִדישער קאָאַליציע קעגן ברוטאַליטעט צווישן פּאָרפֿעלקער‟.

„כ׳האָב שוין פֿריִער געהערט קלאַנגען פֿון אַזוינע זאַכן, אָבער נישט אין שײַכות מיט רבנים,‟ האָט זאַקהײַם געזאָגט, בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. אין 2011, למשל, האָט די „עף־בי־אײַ‟ אַרעסטירט אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק אין לייקוווּד, ניו־דזשערזי פֿאַרן פֿאַרכאַפּן און אָנשלאָגן אַ מאַן, וועלכער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו געבן זײַן פֿרוי אַ גט. לויט דער באַשולדיקונג האָט דאָס פּאָרפֿאָלק אים געשלאָגן „עטלעכע שעה נאָך אַנאַנד‟ און געדראָט, אַז זיי וועלן אים באַגראָבן לעבעדיקערהייט אין די פּאָקאָנאָס־בערג, סײַדן ער וועט מסכּים זײַן צום גט. זיי האָבן אויך געפּרוּווט אַרויספּרעסן 100,000$ פֿון זײַן טאַטן.

דער פֿאַקט, אַז רבנים זאָלן שפּילן אַ פֿאַרברעכערישע ראָלע אין אַזאַ מין אינטריגע, איז „נישט צום גלייבן‟, האָט זאַקהײַם באַמערקט. „רבנים זענען דאָך די גײַסטיקע פֿירער פֿון דער קהילה, רעפּרעזענטאַנטן פֿון די ייִדישן געזעצן. ווי זשע האָבן זיי דאָס געקאָנט טאָן? מיר לעבן אינעם 21סטן יאָרהונדערט — אין אַ דעמאָקראַטיע, וווּ עס עקזיסטירן געזעצן קעגן פֿאַרכאַפּונג און פּײַניקונג!‟

„דאָס ערגסטע פֿון אַלץ — האָט זאַקהײַם צוגעגעבן — איז, אַז די מעשׂה קאָן אונדז שאַטן אין אונדזער אַרבעט צו העלפֿן די עגונות. אַ טייל פֿון מײַנע מיטאַרבעטער האָפֿן, אַז פֿאַרקערט, די שרעקלעכע אַנטדעקונג וועט דווקא איבערצײַגן די רבנים אָנצונעמען ממשותדיקע הלכישע שריט קעגן דער עוולה, אָבער איך בין נישט אַזוי אָפּטימיסטיש.‟

לויט אַן אַנקעטע פֿון די אַמעריקאַנער און קאַנאַדער עגונות, דורכגעפֿירט דורכן „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟, בשותּפֿות מיט ORA און עטלעכע אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין 2011, האָבן צווישן די יאָרן 2005 און 2010 זיך געפֿונען אין צפֿון־אַמעריקע מער ווי 460 עגונות, וואָס זייערע מענער ווילן זיי נישט געבן קיין גט. ס׳רובֿ פֿון די פֿרויען זענען ייִנגער פֿון 40 יאָר; זיי האָבן קינדער, אָבער ווייניק געלט, און קריגן נישט קיין פֿינאַנציעלע שטיצע פֿונעם טאַטן לטובֿת די קינדער (child support).

„עפּשטיין און וואָלמאַרק זענען שוין יאָרן לאַנג אַקטיוו אינעם געביט פֿון גטן זיך,‟ האָט הרבֿ דזשערעמי סטערן, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון ORA, איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟. „עפּשטיין האָט טאַקע איין מאָל דערמאָנט אַ פֿאַל אין דרום־אַמעריקע, וווּ מע האָט אָנגעשלאָגן אַ מאַן, כּדי אַרויסצופּרעסן זײַן הסכּמה פֿאַר אַ גט, אָבער ס׳איז מיר אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז עפּשטיין טוט אַליין אַזוינע זאַכן.‟

צוליב זײַן שם ווי אַ רבֿ, וועלכער העלפֿט עגונות, איז עפּשטיין אַפֿילו אינטערוויויִרט געוואָרן בעת דעם דאָקומענטאַר־פֿילם Women Unchained [באַפֿרײַט די קייטן פֿון די פֿרויען], וואָס פּרוּווט אויפֿקלערן דעם ברייטן עולם די האַרבע פּראָבלעם פֿון די הײַנטצײַטיקע עגונות. דער פֿילם, וואָס איז רעזשיסירט געוואָרן פֿון בעווערלי סיגל, און אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין 2011, דערציילט די איבערלעבונגען פֿון זעקס אָרטאָדאָקסישע ייִדישע פֿרויען פֿון פֿאַרשידענע ערטער (מאָנסי, ברוקלין, לאָס־אַנדזשעלעס און ירושלים), וואָס זייערע מענער האַלטן צוריק אַ גט, אויס נקמה אָדער כּדי אַרויסצופּרעסן געלט בײַ דער פֿרויס משפּחה.

אַ דעמאָנסטראַציע אָרגאַניזירט דורך ORA,קעגן אַהרון פֿרידמאַן — דער מאַן פֿון אַן עגונה, תּמר עפּשטיין; יאַנואַר 2012, אין ברוקלין
אַ דעמאָנסטראַציע אָרגאַניזירט דורך ORA,קעגן אַהרון פֿרידמאַן — דער מאַן פֿון אַן עגונה, תּמר עפּשטיין; יאַנואַר 2012, אין ברוקלין

סטערן האָט באַטאָנט, אַז ORA באַמיט זיך צו טאָן אַלץ מעגלעכס צו העלפֿן די עגונות, „אָבער בלויז לויט דער הלכה און ציווילע געזעצן. אונדזער ערשטער שריט איז צו פּרוּוון לייזן דעם ענין מיט גוטן, און דערגרייכן אַ פּאָזיטיוון אויסגלײַך צווישן מאַן־און־ווײַב. זייער אָפֿט איז דאָס טאַקע גענוג.‟

אַ מאָל אָבער נישט. סטערן האָט דערציילט וועגן אַ פֿרומער מאַמע פֿון דרײַ קינדער אין באָראָ־פּאַרק, וועלכע האָט פֿינף יאָר לאַנג געפּרוּווט קריגן אַ גט פֿון איר מאַן, געגאַנגען צו פֿאַרשידענע בית־דינס, אָבער ס׳האָט איר געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס. די רבנים האָבן נישט געקענט איבערצײַגן איר מאַן אונטערצושרײַבן אַ שטר־ברורין (אַן אָפּמאַך, וואָס באַפֿולמאַכטיקט דעם בית־דין צו פּסקענען וועגן אַלע ענינים פֿונעם גט).

נאָך דער עצה פֿון אירע באַקאַנטע, האָט די פֿרוי זיך פֿאַרבונדן מיט ORA. דעם צווייטן טאָג האָבן די עסקנים בײַ ORA באַקומען אַ היתּר צו פֿאָדערן בײַם מאַן אַ גט, וואָרענענדיק אים, אַז אויב נישט, וועט ער באַצייכנט ווערן ווי איינער וואָס איז מבֿטל דאָס סעקולערע געריכט (contempt of court), און האָבן אויך באַזאָרגט די פֿרוי מיט אַן אַדוואָקאַט פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. דער מאַן האָט אָבער ווײַטער נישט מסכּים געווען צו געבן אַ גט, און מע האָט אים אַרײַנגעזעצט אין תּפֿיסה.

נאָך עטלעכע חדשים האָט מען אים באַפֿרײַט, אָבער ער האָט ווײַטער זיך אָפּגעזאָגט צו געבן איר אַ גט, און מע האָט אים ווידער אָפּגעשיקט אין תּפֿיסה. נאָכן דריטן מאָל אין חד־גדיא, האָט מען שוין דערזען, אַז מע האָט צו טאָן מיט עמעצן וואָס האָט, אַ פּנים, גײַסטיקע פּראָבלעמען; האָט מען אַראַנזשירט, אַז פּסיכאָלאָגן זאָלן באַזוכן דעם מאַן אין תּפֿיסה, און צום סוף, האָט ער מסכּים געווען. נאָך זיבן יאָר האָט די פֿרוי באַקומען דעם גט.

הגם זאַקהײַם האַלט פֿון די שריט, וואָס ORA פֿאָלגט, כּדי צו באַפֿרײַען די עגונות, זאָגט זי, אַז די הײַנטיקע רבנים וואָלטן געקאָנט טאָן אַ סך מער אויסצומײַדן אַזאַ מצבֿ. „זיי זאָגן, אַז זיי קענען נישט בײַטן די הלכה, אָבער ווען ס׳איז זיי גענוג וויכטיק, געפֿינען זיי אַ לייזונג,‟ האָט זאַקהײַם באַטאָנט, און ציטירט די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע רביצין, בלו גרינבערג, וועלכע האָט נאָך מיט יאָרן צוריק דערקלערט: „אַז מע זוכט — קען מען געפֿינען אַ הלכישן אויסוועג‟.

זאַקהײַם ברענגט אַ משל: לויט דער תּורה טאָר מען נישט טראָגן שבת. אָבער הײַנט שטעלן ס׳רובֿ קהילות אויף אַן ערובֿ, כּדי ייִדן זאָלן יאָ קאָנען טראָגן שבת. „פֿאַר וואָס? ווײַל די רבנים האָבן געהאַלטן, אַז ס׳איז גענוג וויכטיק!

„פֿאַרשטייען אָבער די רבנים נישט, אַז באַפֿרײַען אַן עגונה איז אויך וויכטיק? במשך פֿון דער צײַט, וואָס אַ מאַן פֿאַרלאָזט זי, אָבער גט זי נישט, קען זי ווײַטער נישט חתונה האָבן און האָבן קינדער. אַפֿילו אין מיטל־אַלטער האָבן די רבנים פֿאַרשטאַנען, אַז אַ ייִדישע פֿרוי דאַרף קענען גרינג באַקומען אַ גט, אויב מע וויל, אַז די קהילה זאָל ווײַטער וואַקסן.

„די צרה איז, וואָס די רבנים באַטראַכטן דעם עגונה־ענין ווי בלויז אַ פֿרויען־פּראָבלעם, אָבער אין דער אמתן, איז עס אַ משפּחה־פּראָבלעם,‟ האָט זי געזאָגט.