מורא פֿאַר טראָגן יאַרמקלע אין אייראָפּע

Fear of Wearing Yarmulkes in Europe

ייִדן אין מאַלמע פּראָטעסטירן קעגן דעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם אין שוועדן
Getty Images
ייִדן אין מאַלמע פּראָטעסטירן קעגן דעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם אין שוועדן

פֿון ייִט״אַ

Published October 17, 2013, issue of November 08, 2013.

אַ פֿערטל פֿון די באַטייליקטע אין אַ גרויסער אַנקעטע פֿון ייִדן אין נײַן אייראָפּעיִשע לענדער האָבן געזאָגט, אַז זיי מײַדן אויס די ייִדישע ערטער און טראָגן נישט קיין סימבאָלן, וואָס וואָלטן זיי אידענטיפֿיצירט ווי ייִדן, צוליב אַ זאָרג פֿאַר אַנטיסעמיטיזם.

דאָס איז בלויז איינע פֿון די אַנטדעקונגען פֿון אַ גרויסער אַנקעטע פֿון ייִדן אין אייראָפּע, וואָס מע האָט וועגן דעם געמאָלדן בעת אַ צוויי־טאָגיקער קאָנפֿערענץ אין קיִעוו דעם 15טן און דעם 16טן אָקטאָבער. די קאָנפֿערענץ האָט אָפּגעמערקט דעם 100סטן יאָר זינט דעם בייליס־פּראָצעס — דער אַנטיסעמיטישער בלוט־בילבול קעגן דעם אוקראַיִנישן ייִד, מנחם־מענדל בייליס.

לויט די פּרעלימינאַרע רעזולטאַטן פֿון דער אַנקעטע, האָבן די ייִדן אין שוועדן אויסגעדריקט די מערסטע זאָרג וועגן טראָגן אַ יאַרמלקע און אַנדערע ייִדישע חפֿצים. 49% פֿון די 800 באַטייליקטע אין שוועדן האָבן געזאָגט, אַז זיי באַזוכן נישט קיין ייִדישע ערטער און טראָגן נישט קיין ייִדישע סימבאָלן. די אַנקעטע איז דורכגעפֿירט געוואָרן הײַיאָר מיט מער וויי 5,100 ייִדן, דורך דער „אַגענטור פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד פֿאַר גרונטרעכט‟.

אין פֿראַנקרײַך האָבן 40% פֿון בערך 1,200 ייִדן געזאָגט, אַז זיי טראָגן נישט אַזוינע זאַכן בפֿרהסיא. אין בעלגיע האָבן עס געזאָגט 36%.

בסך־הכּל האָבן 22% ייִדן געזאָגט, אַז זיי מײַדן אויס „ייִדישע אונטערנעמונגען אָדער ערטער‟ צוליב זיכערהייט־סיבות.

„די רעזולטאַטן ווײַזן אונדז, אַז ס׳רובֿ אייראָפּעיִשע ייִדן זעען אַ וווּקס פֿון אַנטיסעמיטיזם,‟ האָט בעת דער קאָנפֿערענץ באַמערקט גערט ווײַסקירכען, אַ געוועזענער פֿאָרשטייער פֿון דער „אָרגאַניזאַציע פֿאַר זיכערהייט און צוזאַמענאַרבעט אין אייראָפּע‟, אַן אָרגאַניזאַציע וואָס באַקעמפֿט אַנטיסעמיטיזם.

די אַנקעטע, וואָס מע האָט דורכגעפֿירט צווישן סעפּטעמבער 2012 און סעפּטעמבער 2013, איז געמאַכט געוואָרן דורך דער אינטערנעץ אין פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד, בעלגיע, דײַטשלאַנד, שוועדן, איטאַליע, אונגערן, רומעניע און לעטלאַנד. דער פֿולער באַריכט וועט פּובליקירט ווערן דעם קומעדיקן חודש אין ווילנע.

אין אונגאַרן האָבן 91% פֿון מער ווי 500 ייִדן געזאָגט, אַז במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿינף יאָר איז דער אַנטיסעמיטיזם געוואַקסן אין לאַנד. אין פֿראַנקרײַך האָבן 88% עס געזאָגט; אין בעלגיע — 87%, און אין שוועדן — 80%. אין לעטלאַנד האָבן בלויז 39% געזאָגט, אַז ס׳איז געוואַקסן דער אַנטיסעמיטיזם.

30% ייִדן אין אונגערן האָבן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוועלף יאָר איבערגעלעבט אַן אַנטיסעמיטישן אינצידענט; 21% פֿון די ייִדן אין פֿראַנקרײַך האָבן אַזוי געזאָגט, און 16% —אין דײַטשלאַנד.

27% פֿון די באַטייליקטע האָבן געזאָגט, אַז די אַנטיסעמיטישע אינצידענטן האָבן דורכגעפֿירט מוסולמענער; 22% האָבן געזאָגט, אַז דאָס זענען געווען מענטשן מיט „לינק־געשטימטע מיינונגען‟, און 19% — מענטשן מיט „רעכט־געשטימטע מיינונגען‟.

מער ווי 75% האָבן געזאָגט, אַז זיי גיבן נישט איבער קיין באַריכט דער פּאָליציי וועגן די אַנטיסעמיטישע אינצידענטן; 64% האָבן געזאָגט, אַז זיי דערציילן נישט דער פּאָליציי וועגן פֿיזישע אַטאַקן, און 67% האָבן געזאָגט, אַז ס׳איז פּשוט נישט כּדאי איבערצוגעבן דער פּאָליציי, ווײַל „עס העלפֿט נישט‟.