„טאַטע־מאַמע‟ אויף אַנדערע לשונות

Tate and Mame are not Just Yiddish Words


פֿון הערשל גלעזער

Published October 18, 2013, issue of November 08, 2013.

אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל האָבן מיר געזען, אַז אין אייראָפּע זענען דאָ כּלערליי ווערטער פֿאַר ‘פֿעטער’ און ‘מומע’. ווערטער פֿאַר ‘מאַמע’ און ‘טאַטע’, ווידער, זענען אַ סך מער איינהייטלעך אין אייראָפּע — און נישט נאָר אין אייראָפּע.

קודם־כּל, זענען פֿאַראַן אין אַ סך לשונות צוויי באַזונדערע קאַטעגאָריעס: פֿאָרמעלע און אומפֿאָרמעלע. אויף מאַמע־לשון זענען די פֿאָרמעלע ווערטער „מוטער” און „פֿאָטער”, וואָס האָבן קאָגנאַטן אין דער גאַנצער אינדאָאייראָפּעיִשער משפּחה: דײַטשיש Mutter און Vater, ענגליש mother און father, האָלענדיש moeder און vader; לאַטײַניש māter און pater, וואָס דערפֿון וואַקסן ס’פֿראַנצייזישע mère און père, שפּאַניש און איטאַליעניש madre און padre; גרעקיש meter און pater, אַפֿילו סאַנסקריטיש mātar און pitar. אין סלאַוויש זענען דאָ רוסיש ‘mat, פּויליש mać און matka, טשעכיש máti און matka (די ווערטער פֿאַר ‘פֿאָטער’ וועלן מיר אַרומרעדן באַזונדער).

די אומפֿאָרמעלע ווערטער, ווידער, נעמען זיך דער הויפּט פֿון קינדער־לשון, און אין טייל שפּראַכן זענען זיי די איינציקע ווערטער: ייִדיש „מאַמע” און „טאַטע”, ווי אויך ענגליש Mom און Dad, פֿראַנצייזיש maman און papa, שפּאַניש mamá און papá, איטאַליעניש mamma און papà, פּאָרטוגאַליש mãe און pai (פֿאָרמעל)/mamãe און papai (אומפֿאָרמעל), רומעניש mamă און tată; רוסיש mama און papa, פּויליש mama און tata, טשעכיש máma און táta. לויט די מקורים שטאַמען אַפֿילו די פֿאָרמעלע ווערטער פֿאַר ‘פֿאָטער’ אויף רוסיש (otets), פּויליש (ojciec) און טשעכיש (otec) פֿונעם קינדער־לשון. (אויף טשעכיש זענען, אָבער, אַ סך פֿאַרשפּרייטער פֿון máma און táta דווקא maminka און tatínek.)

אין די סעמיטישע לשונות שטאַמען, דאַכט זיך, אַלע שייכדיקע טערמינען פֿון קינדער־לשון: לשון־קודש „אם” און „אָבֿ” (פֿאָרמעל), „אמא” און „אַבא” (אומפֿאָרמעל); אַראַביש umm און ab (פֿאָרמעל), mama און baba.

אין דער ייִדישער שפּראַכפֿאָרשונג זענען מיר געוווינט אַרויסצופֿירן „מוטער” און „פֿאָטער” פֿון דײַטשיש, „מאַמע” און „טאַטע” פֿון פּויליש. מסתּמא איז דאָס אמת, אָבער ס’איז טשיקאַווע דאָס, וואָס אין צוויי אין גאַנצן נישט־קרובֿישע לשונות געפֿינט מען ענלעכע פֿאָרמעס: אויף קעטשואַ, דאָס לשון פֿון די אַלט־געזעסענע פּערואַנער, זאָגט מען taita-mama; אויף קאָסאַ (Xhosa), איינס פֿון די לשונות פֿון דרום־אַפֿריקע, זאָגט מען אויך mama און tata. אַ ראַיה: דאָ נישט לאַנג, ווען נעלסאָן מאַנדעלאַ, דער געוועזענער פּרעזידענט פֿון דרום־אַפֿריקע, איז אַרויס פֿון שפּיטאָל, האָט איינע פֿון זײַנע טעכטער געזאָגט דער „ניו יאָרק טײַמס”: We should be given the time to enjoy whatever years Tata has left ‘איצט קומט אונדז צו פֿאַרברענגען מיט Tata די יאָרן וואָס בלײַבן אים’.

נו, און parents? ייִדיש האָט סײַ „טאַטע־מאַמע”, סײַ „עלטערן”, נאָר דאָס ערשטע איז מסתּמא עלטער, בשעת דאָס צווייטע — רעלאַטיוו נײַ, אָן טיפֿע וואָרצלען. פֿון וואַנעט די קאָמבינאַציע „טאַטע־מאַמע”? חוץ אויף קעטשואַ ווייסט נישט דער שרײַבער פֿון די שורות פֿון אַזוינס.

דאָס ענגלישע parents נעמט זיך פֿונעם פֿראַנצייזישן parents, פֿונעם לאַטײַנישן parentēs ‘טאַטע־מאַמע; אָבֿות’; אַזוי אויך דאָס רומענישע părinți. דער שורש דערפֿון איז דער לאַטײַנישער ווערב parere ‘געבוירן’. אויף שפּאַניש, אָבער, זאָגט מען padres, אויף פּאָרטוגאַליש pais — אין תּוך אַרײַן ‘טאַטעס’ — פֿאַר ‘טאַטע־מאַמע’. ס’איז אינטערעסאַנט, וואָס דער הײַנטיקער אָפּשלאָג פֿונעם לאַטײַנישן ווערב, parir, לעבט נאָך בלויז אין שפּאַניש און פּאָרטוגאַליש, וווּ ער איז טײַטש ‘האָבן’ אָדער וועגן אַ חיה אָדער וועגן אַ מענטש וואָס מע וויל באַליידיקן!

רוסיש roditeli, פּויליש rodzice, טשעכיש rodiče נעמען זיך אויך פֿונעם ווערב פֿאַר ‘געבוירן’. אין אַ פֿריִערדיקער סטאַדיע האָט ענגליש נאָך געהאַט eldren; דײַטשיש האָט, פֿאַרשטייט זיך, Eltern, האָלענדיש ouders (אַזוי ווי ענגליש older, elder).

נישט־געקוקט דערויף וואָס „עלטערן” איז גאַנץ נײַ זענען דאָ אַ צאָל ווערטלעך דערמיט:

דורך אַ שלעכט קינד קומען די עלטערן צו זינד;

עלטערן לערנען אויס די קינדער רעדן, און קינדער די עלטערן — שווײַגן;

עלטערן קענען אַלץ געבן, נאָר נישט קיין מזל;

בעסער דאָס קינד זאָל וויינען איידער די עלטערן זאָלן וויינען;

ווערטלעך מיט „טאַטע” און „מאַמע”, ווידער, זענען דאָ אָן אַ שיעור. דאָ ברענגען מיר אַ קליינע צאָל:

קודם־כּל, „גאָט איז אַ פֿאָטער”;

גאָט רופֿט מען „טאַטע־פֿאָטער (אין הימל)”;

„ביז דעמאָלט איז גאָט אַ פֿאָטער” = מע ווייסט נישט וואָס ס’וועט געשען;

די פּוילישע האַלטן דעם פֿאָטער [אַרויסגערעדט /פֿוטער/] בכּבֿוד — די ליטווישע הענגען דעם פֿוטער אויף דער וואַנט;

פֿאָטער, מוטער ‘שאַפֿערס’;

פֿאָטערשטול ‘פֿאָטעל’;

בײַ פֿאָטער און מוטער איז קיין קינד נישט איבעריק;

איין פֿאָטער קען אויסהאַלטן צען קינדער, צען קינדער קענען איין פֿאָטער נישט אויסהאַלטן;

אַז דער טאַטע שענקט דעם זון — לאַכן ביידע, אַז דער זון שענקט דעם טאַטן — וויינען ביידע;

אַ קינד אָן אַ פֿאָטער איז אַ האַלבער יתום, אָן אַ מוטער אַ גאַנצער יתום;

גאָט איז אַ פֿאָטער, דאָס מזל איז אַ שטיפֿפֿאָטער = אויף גאָט קען מען זיך פֿאַרלאָזן, נישט אויפֿן מזל;

גאָט איז אַ פֿאָטער, אַז ער גיט נישט קיין מכּה, גיט ער אַ בלאָטער = אויף גאָט קען מען זיך פֿאַרלאָזן — אָדער העלפֿט ער, אָדער שאַט ער;

גאָט איז אַ פֿאָטער, מיט איין האַנט שטראָפֿט ער, מיט דער אַנדערער היילט ער;

טאַטע־מאַמע איז אַ קונץ צו זײַן, און אַלע מענטשן נעמען זיך עס אונטער;

מאַמעס טרערן און טאַטנס שמיץ קומען אין לעבן שטאַרק צו ניץ;

די מאַמע שעלט, אָבער ס’טוט איר וויי דאָס האַרץ;

בײַ אַ מאַמע איז נישטאָ קיין מיאוס קינד;

אַז אַ זון האָט חתונה גיט ער זײַן ווײַב אַ כּתובה און זײַן מאַמע אַ גט;

טאַטע־מאַמע זינדיקן, און די קינדער קומען אָפּ;

אַ מאַמע איז אַ פּאָקרישקע: זי דעקט צו דעם קינדס חסרונות און דעם מאַנס בזיונות.