עסטרײַכער רײַכער תּלמודיסט

Austrian Far Right‘s Talmudist

שטיצער פֿון דער עסטרײַכישער עקסטרעם־רעכטער „פֿרײַהייט־פּאַרטיי‟ מאַרשירן אין ווין דעם 27סטן סעמפּעמבער
DIETER NAGL/AFP/Getty Images
שטיצער פֿון דער עסטרײַכישער עקסטרעם־רעכטער „פֿרײַהייט־פּאַרטיי‟ מאַרשירן אין ווין דעם 27סטן סעמפּעמבער

פֿון אַנאַ גאָלדענבערג (Forward)

Published October 22, 2013, issue of October 25, 2013.

ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז בעת דער שׂימחה, וואָס די עסטרײַכישער פּאָפּוליסטישע עקסטרעם־רעכטע „פֿרײַהייט־פּאַרטיי‟ האָט דורכגעפֿירט נאָך די וואַלן, וואָלט עמעצער דערמאָנט אַ מאמר־חז״ל פֿון גמרא. די סצענע איז פֿאָרגעקומען אין אַ געצעלט, וועלכן מע האָט אויפֿגעשטעלט אויף דער גאַס רינגשטראַסע לעבן דעם ווינער שטאָטס־זאַל. די פֿאַרזאַמלטע, כּמעט אַלע — מענער, זענען געזעסן אין דער אָוונטיקער פֿינצטערניש מיט גלעזער ביר בײַ הילצערנע טישן. אַ טייל פֿון די פּנימער זענען געווען באַצירט מיט שראַמען, וועלכע זיי האָבן באַקומען בעת די געפֿעכט־פֿאַרמעסטן, וואָס זענען געוואָרן אַ פֿאַרשפּרייטער מינהג צווישן די שטיצער פֿון דער סתּירותדיקער פּאַרטיי.

בעת דעם רעפֿערענדום, דעם 29סטן סעפּטעמבער, האָט די „פֿרײַהייט־פּאַרטיי‟ באַקומען 20.5 פּראָצענט שטימען. נאָך די הײַיאָריקע וואַלן, איז איר סטאַטוס, ווי דער שטאַרקסטער אָפּאָזיציע־כּוח אינעם לאַנד, געוואָרן נאָך העכער, ווי פֿריִער. די אָרגאַניזאַציע איז געשאַפֿן געוואָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה דורך אַ צאָל געוועזענע מיטגלידער פֿון דער נאַצי־פּאַרטיי; במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, אָבער, אירע פּאָזיציעס זענען געבליבן מער־ווייניקער מעסיקע.

אינעם יאָר 1983, איז אויף דער עסטרײַכער פּאָליטישער סצענע אויפֿגעקומען אַ קאָנטראָווערסאַלע פֿיגור מיטן נאָמען יאָרג הײַדער. אונטער זײַן פֿירערשאַפֿט, האָט די פּאַרטיי גענומען זיך קערעווען אַלץ ווײַטער אויף רעכטס. איר עיקר־צוועק איז איצט דער קאַמף קעגן אימיגראַציע. אַחוץ אַנדערע „מעלות‟, ווערט די אָרגאַניזאַציע באַשולדיקט אין אַגרעסיווער קסענאָפֿאָביע.

בײַ אַ סך ייִדן אין עסטרײַך האָט דער אויפֿשטײַג פֿון אַזאַ באַוועגונג אַרויסגערופֿן אַ זאָרג. דער 60־יאָריקער דוד לאַזאַר איז אָבער געקומען צו פּראַווען די דערמאָנטע שׂימחה, אָנגעטאָן אין אַ בלוי העמד מיט אַ בלויער שאַל — די סימנים פֿון דער פּאַרטיי. זײַענדיק אַ טאַטע פֿון צוויי קינדער און אַ רעגיסטרירטער מיטגליד פֿון דער ווינער ייִדישער קהילה, איז ער, אין דער זעלבער צײַט, אַ מיטגליד פֿון דער „פֿרײַהייט־פּאַרטיי‟ און דער איינציקער ייִד, וואָס די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע האָט פֿאָרגעלייגט זײַן קאַנדידאַטור אינעם פּאַרלאַמענט.

לאַזאַר האָט דערקלערט, אַז „מיר מוזן קודם העלפֿן אונדזער לאַנד‟, שטיצנדיק די סתּירותדיקע פּאָזיציעס פֿון זײַן פּאַרטיי. ער האָט צוגעגעבן, אַז ענלעכע דעות קאָן מען אויך טרעפֿן אינעם ייִדישן תּלמוד. הגם ער האָט נישט געוווּנען אַן אָרט אינעם פּאַרלאַמענט, איז לאַזאַר געווען זייער צופֿרידן מיט די רעזולטאַטן פֿון די וואַלן. איצט דינט ער ווי אַ מיטגליד פֿונעם שטאָטס־ראַט, וווּ ער פֿאַרנעמט זיך מיט די ענינים פֿון געזונט־פֿאַרהיטונג.

בסך־הכּל, האָבן דרײַ עקסטרעם־רעכטע פּאַרטייען פֿאַרנומען כּמעט 30 פּראָצענט ערטער אינעם עסטרײַכישער פּאַרלאַמענט. די אַנדערע צוויי זענען „שטראָנאַכס גרופּע‟, אָנגעפֿירט דורכן עסטרײַכיש־קאַנאַדישן געשעפֿטסמאַן פֿראַנק שטראָנאַך, און די „אַסאָציאַציע פֿאַרן צוקונפֿטיקן עסטרײַך‟.

אָסקאַר דויטש, דער פּרעזידענט פֿון דער ווינער ייִדישער קהילה, איז אומצופֿרידן מיט די וואַלן־רעזולטאַטן, און האָט געזאָגט, אַז לאַזאַר איז אַן אויסטערלישער יוצא־מן־הכּלל. בערך אַ דריטל פֿונעם עולם אין דער „פֿרײַהייט־פּאַרטיי‟ זענען פֿאַרבונדן מיט צווייפֿלהאַפֿטיקע באַוועגונגען, אַרײַנגערעכנט נעאָ־נאַציסטישע גרופּעס און דײַטשישע נאַציאָנאַליסטן. נישט איינמאָל איז די פּאַרטיי שוין געווען פֿאַרמישט אין אַנטיסעמיטישע אינצידענטן.

לאַזאַר באַשולדיקט די מעדיאַ אינעם „מגזם זײַן‟ אַזעלכע מעשׂים און האַלט, אַז די פּאַרטיי איז, בדרך־כּלל, נישט אַן אַנטיסעמיטישע. פֿונעם יאָר 2000 ביז 2002 האָט אַן אַנדער ייִד, פּעטער זיכראָווסקי, געדינט ווי דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „פֿרײַהייט־פּאַרטיי‟, און פֿון 1996 ביז 2005 — ווי איר אָפֿיציעלער מיטגליד אינעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. למעשׂה, אָבער, האָט ער זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער מיטגלידשאַפֿט אינעם יאָר 2003 און וווינט איצט אין שיקאַגע.

הרבֿ לוי שטערנגלאַנץ, וועלכער פֿאַרנעמט זיך אין ווין מיט איבערזעצונגען פֿון ייִדישע רעליגיעזע טעקסטן, האָט באַטאָנט, אַז לאַזאַרס ציטאַט פֿון דער גמרא איז געווען אינגאַנצן נישט צו דער זאַך. די גמרא „בבֿא־מציעא‟ זאָגט, אַז מע דאַרף זיך זאָרגן, קודם־כּל, וועגן די אָרעמע־לײַט פֿון דײַן שטאָט און שוין דערנאָך וועגן די אַנדערע. לויט שטערנגלאַנצן, מיינט עס, אַז מע מוז זיך זאָרגן וועגן אַלע אָרעמע־לײַט אַרום דיר, און נישט צעטיילן זיי אויף „אונדזעריקע‟ און „פֿרעמדע‟, ווי עס טוט די „פֿרײַהייט־פּאַרטיי‟.