פּסיכאָטעראַפּעפֿטן קערן זיך אום צו ייִדיש

Psychotherapists Embrace Yiddish Roots


פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published October 22, 2013, issue of November 08, 2013.

דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָט סײַמאָן (ישׂראל) פֿויערמאַן, אַ פּסיכאָ־אַנאַליטיקער אין ניו־דזשערזי, צום ערשטן מאָל זיך באַטייליקט אין דער יערלעכער „ייִדיש־וואָך‟ פֿון „יוגנטרוף‟ אין באָלטימאָר. ער איז אַזוי אַנטציקט געוואָרן פֿון דער איבערלעבונג, אַז ער האָט אָנגעשריבן אַן אַרטיקל אין Forward וועגן זײַן ליבע צו ייִדיש. אויף טשיקאַוועס האָט ער אַרויסגעשטעלט דעם אַרטיקל אויף עטלעכע עלעקטראָנישע מעלדברעטער פֿאַר פּסיכאָטעראַפּעפֿטן. די רעאַקציע אויף זײַן אַרטיקל איז געווען אַזוי פּאָזיטיוו, אַז ער איז געבליבן געפּלעפֿט.

„אַ סך פֿון די פּסיכאָ־אַנאַליטיקער וואָס איך קען, זענען אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער ייִדישער קולטור און רעליגיע, חתונה געהאַט מיט נישט־ייִדן, און אַפֿילו זיך פֿאַרטיפֿט אין בודיזם,‟ האָט דער 50־יאָריקער פֿויערמאַן דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟. „דערפֿאַר איז געווען אַזוי אינטערעסאַנט צו זען די רעאַקציע.‟

אינעם אַרטיקל האָט פֿויערמאַן דערציילט ווי זײַן טאַטע, אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ און דער סעקרעטאַר פֿון זײַן קאָלאָמייער לאַנדסמאַנשאַפֿט, פֿלעגט אים מיטברענגען צו די לוויות, וווּ ער, אַן 8־יאָריק ייִנגל, האָט זיך באַקענט מיט די דערוואַקסענע קינדער פֿונעם געשטאָרבענעם.

„ברייט־פּלייציקע מענער מיט נעמען ווי דזשעק, סיד און ליאָן זענען אָנגעקומען אין זייערע ׳ביויקס׳. בײַ אַ טייל האָט מען געפֿילט דעם אַראָמאַט פֿון קעלניש וואַסער, און אַרום האַלדז האָבן זיי געטראָגן גאָלדענע קייטלעך. די פֿרויען האָבן געהייסן בעסי אָדער ראָוז. כאָטש זיי זענען דערצויגן געוואָרן אין בראָנקס, אַזוי ווי מײַן טאַטע, האָבן זיי איצט געוווינט אין די שענערע געגנטן פֿון לאָנג־אײַלאַנד.

„ווען די אָבֿלים האָבן זיך אַוועקגעזעצט, און מײַן טאַטע האָט אָנגעהויבן דעם הספּד מיט אַ פּאָר ווערטער אויף ייִדיש — ׳מאָריס, דער ניפֿטר, איז געווען אַ גוטע נשמה׳ — האָט דער גאַנצער עולם פּלוצלינג אויסגעבראָכן אין אַ געוויין.‟

„וואָס איז געווען דער כּוח פֿון די ייִדישע ווערטער?‟ שרײַבט פֿויערמאַן. „די מענער און פֿרויען האָבן דאָך געהאַט אָנגענומען דעם גאַנצן אַמעריקאַנער לבֿוש — מאַטעריאַליזם, הצלחה, געלט — אָבער גלײַכצײַטיק זענען זיי געווען אַזוי אויסגעהונגערט נאָך אַ ייִדיש וואָרט, אַז ס׳האָט געקאָנט בײַ זיי אַרויסרופֿן די טיפֿסטע עמאָציעס … אָט דער זעלבער הונגער פֿאַר אַ צאַרט, ייִדיש וואָרט האָט געבראַכט מײַן פֿרוי און מיך צו דער ייִדיש־וואָך…‟

רעאַגירנדיק אויף דעם אַרטיקל, האָבן מענטשן געשריבן וועגן זייערע אייגענע באָבע־זיידע, וואָס פֿלעגן רעדן ייִדיש; דערקלערט ווי זיי ניצן ייִדישע ווערטער אין זייער אַרבעט מיט קליענטן, אָדער ווי זייער אידענטיטעט ווי ייִדן האָט זיך פֿאַרשטאַרקט איבער די יאָרן.

בײַ פֿויערמאַן איז דאָס געווען זייער אינטערעסאַנט. „פֿרויד האָט געהאַלטן, אַז דער טאַטע רעפּרעזענטירט די שטרענגע באַגרענעצונגען פֿון דער ׳סופּער־עגאָ׳, און אויב אַ מענטשנס פֿאַרבינדונג צו דעם ׳סופּער־עגאָ׳ איז צו שטאַרק קען עס דערפֿירן צו דעפּרעסיע,‟ האָט ער דערקלערט. „טאַקע דערפֿאַר מוז אַ מענטש אָפּוואַרפֿן די קייטן פֿונעם טאַטן — דאָס הייסט, די רעליגיעזע און קולטורעלע אידענטיפֿיקאַציע — כּדי צו קענען זוכן דעם אייגענעם דרך און אויסגעפֿינען ווער מע איז טאַקע.‟

ווי אַ געטרײַער פּסיכאָ־אַנאַליטיקער האָט פֿויערמאַן אַליין געפּרוּווט זיך „באַפֿרײַען פֿון די קייטן‟, אָבער ס׳איז געווען צו שווער, און ער איז פֿאַרבליבן אַ פֿרומער ייִד. סײַ ער, סײַ זײַן טאַטע האָבן זיך געהאַט געלערנט אין דער אָנגעזעענער ישיבֿה „חיים בערלין‟, און צום סוף, האָט פֿויערמאַן באַשלאָסן, אַז ס׳איז נישט כּדאַי דאָס אָפּצוּוואַרפֿן, ווײַל דאָס וואָלט געמיינט אָפּוואַרפֿן זיך אַליין.

לעצטנס, האָט פֿויערמאַן אויך אַרויסגעשטעלט אַנדערע נאָטיצן וועגן ייִדיש און ייִדישקייט אויף די עלעקטראָנישע מעלדברעטן פֿון פּסיכאָטעראַפּעפֿטן, און יעדעס מאָל רופֿן זיך אָפּ נאָך מענטשן, בײַ וועמען ייִדיש און די ייִדישע טראַדיציעס האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין זייער משפּחה־קולטור. פֿויערמאַן האָט אַפֿילו געגרינדעט אַ נײַעם וועכנטלעכן קלאַס, דורכן טעלעפֿאָן, אַומצורעדן די ענלעכקייטן און קאָנפֿליקטן פֿון ייִדישקייט און פּסיכאָאַנאַליז.

איינער פֿון די טעראַפּעפֿטן וואָס האָט זיך אָפּגערופֿן אויף פֿויערמאַנס מעלדונגען איז שעלדאָן רײַס, אַ 70־יאָריקער ייִד, וועלכער איז דערצויגן געוואָרן אין אַ רעפֿאָרם־טעמפּל און האָט נישט גערעדט קיין ייִדיש, אָבער זײַן טאַטע איז געווען אַ ייִדיש־רעדנדיקער סאָציאַליסט, און זײַן טאַטנס ברודער — דער ייִדישער פּאָעט, דוד קריוויצקי.

„כאָטש מײַן עלטער־פֿעטער האָט געוווינט אין ניו־יאָרק, און מיר — אין קאָנעטיקאָט, האָב איך תּמיד געפֿילט אַ פֿאַרבינדונג מיט אים,‟ האָט רײַס דערקלערט. קריוויצקי האָט אים אַפֿילו געשאָנקען זײַנס אַ בוך, מיט אַ פּערזענלעכער דעדיקאַציע, אָבער רײַס האָט דאָס בוך נישט געקענט לייענען — אַ זאַך וואָס ער האָט די אַלע יאָרן שטאַרק באַדויערט.

מיט 4־5 יאָר צוריק האָט רײַס אָבער באַשלאָסן, סוף־כּל־סוף, זיך צו לערנען ייִדיש, און האָט זיך פֿאַרשריבן אין אַ ייִדיש־קלאַס אין אַרבעטער־רינג. ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, זענען צוויי פֿון די אַנדערע תּלמידים אין קלאַס אויך געווען פּסיכאָטעראַפּעפֿטן!

וואָס שייך פֿרוידס טעאָריע וועגן דעם סופּער־עגאָ, האַלט רײַס נישט, אַז אַ מענטש ווערט געזינטער, אויב ער באַפֿרײַט זיך פֿון די „קייטן פֿון אײַנגלייבענישן‟. „ווען איך העלף אַ פּאַציענט, איז יעדער אַספּעקט פֿון זײַן לעבן מיר וויכטיק,‟ האָט רײַס געזאָגט. „סײַ זײַן פּסיכאָלאָגיע, סײַ זײַן קולטור און רעליגיע. אויב ער באַקומט אַ גײַסטיקן כּוח דערפֿון, קען עס נאָך דינען ווי אַ היילמיטל. איך ניץ אַפֿילו דאָס ייִדישע וואָרט ׳כּוח׳ בײַ מײַנע סעסיעס, ווײַל איך מיין, אַז דאָס ייִדישע וואָרט איז אַ סך שטאַרקער ווי דאָס ענגלישע — strength.‟

איין יונגער סאָציאַלער אַרבעטער, וועלכער איז — ווי פֿויערמאַן — אַ פֿרומער ייִד, האָט געזאָגט, אַז ער זעט נישט קיין קאָנפֿליקט צווישן זײַן רעליגיעזן געדאַנקענגאַנג און זײַן אַרבעט מיט פּאַציענטן, און זאָגט, אַז אָפֿט מאָל איז עס אַפֿילו אַ מעלה. „געוויסע פֿרומע פּאַציענטן האָבן שוין געבעטן בײַ מיר אַ רעקאָמענדאַציע פֿאַר אַ שידוך, און איך בין געווען גרייט עס צו טאָן, ווײַל איך פֿאַרשטיי ווי וויכטיק דאָס איז פֿאַר אַ פֿרומען ייִד,‟ האָט ער געזאָגט. „ס׳רובֿ סעקולערע טעראַפּעפֿטן וועלן דאָס אָבער נישט טאָן, ווײַל זיי האַלטן, אַז דאָס גייט קעגן HIPAA [די פּריוואַטקייט־געזעצן]. פֿאַרקערט, זיי וועלן נאָך אַנאַליזירן פֿאַר וואָס דער פּאַציענט בעט זײַן הילף פֿאַר אַ שידוך. אין זייערע אויגן איז דאָס אַ מאָדנער פּסיכאָלאָגישער נעווראָז, ווײַל זיי פֿאַרשטייען נישט, אַז דאָס איז אַן אָנגענומענער מינהג בײַ פֿרומע ייִדן.‟

אין זײַן קורס, דערציילט פֿויערמאַן, אַז אַפֿילו דער אַמאָליקער ליובאַוויטשער רבי, שלום דבֿ־בער שניאורסאָן, איז געווען אַזוי דעפּרימירט — די סעקולאַריסטן האָבן אים דעמאָלט געמסרט צום צאַר, און די מתנגדים האָבן אים במילא פֿײַנט געהאַט — אַז אין יאָר 1902 איז ער, באַגלייט מיט זײַן זון, געפֿאָרן קיין ווין זיך צו באַראַטן מיט ד״ר פֿרויד. ווען פֿרויד האָט אים געפֿרעגט וואָס ער טוט אַ גאַנצן טאָג, האָט דער רבי איבערגעגעבן וויפֿל שעה ער זיצט און לערנט, און דערנאָך דערקלערט: „איר דאַרפֿט אָבער פֿאַרשטיין, אַז בײַ די חסידים, איז סײַ דער מוח, סײַ דאָס האַרץ, ראָוי פֿאַר לערנען און דינען דעם אייבערשטן.‟ פֿרוידס ענטפֿער: „אָבער ווי קען דאָס זײַן, אַז צווישן דעם קאָפּ און דעם האַרץ ליגט אַ גרויסער ים?‟

פֿויערמאַן האַלט, אַז סײַ דער רבי, סײַ פֿרויד האָבן ריכטיק געזאָגט, און דערפֿאַר דאַרף מען אַלץ מער אַרומרעדן דעם אַספּעקט פֿון דער פּראָפֿעסיע. „עס זעט אפֿשר אויס שווער צו זײַן סײַ אַן אָביעקטיווער טעראַפּעפֿט, סײַ אַ שטאָלצער ייִד, אָבער ס׳איז קלאָר, אַז מענטשן זוכן אַ בריק צווישן די צוויי וועלטן.‟



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.