אין מלכות פֿון די היפּסטערס

In the Kingdom of the Hipsters

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published October 23, 2013, issue of November 08, 2013.

דזשאָרדין קוציק
דזשאָרדין קוציק

מיטן רעכטן פֿוס!

אין אונדזער „פֿאָרווערטס‟־משפּחה האָט זיך באַוויזן אַ נײַער מיטגליד, דער מיטאַרבעטער דזשאָרדין קוציק. כאָטש ער איז אין גאַנצן 25 יאָר אַלט, האָט ער שוין אַ געוויסע דערפֿאַרונג אין ייִדישער טעטיקייט; קודם־כּל, ווי אַ פּראַקטיקאַנט בײַם ייִדישן ביכער-צענטער, וווּ ער האָט אָנגעפֿירט מיט דער דיגיטאַליזאַציע פֿון איבער 2,000 שעהען פֿון אַ קאָלעקציע רעקאָרדירטע מעשׂיות, פֿאָרגעלײענט אױף ייִדיש; ווי אויך דאָרט געמאַכט אַ טוץ אינטערװיוען אױף ייִדיש פֿאַרן פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל-פּה; ער איז אַן אַקטיווער מיטגליד אין דער יוגנטלעכער באַוועגונג „יוגנטרוף‟, וואָס דער לעצטער נומער פֿונעם זשורנאַל מיטן זעלבן נאָמען איז אַרויס אונטער זײַן רעדאַקציע. דאָס וויכטיקסטע איז אָבער, אַז דזשאָרדין קוציק איז מיט לײַב און לעבן געטרײַ דעם ייִדישן וואָרט און דער ייִדישער קולטור.

אין „פֿאָרווערטס‟ וועט ער זײַן באַשעפֿטיקט סײַ ווי אַ שרײַבער און סײַ ווי אַ מענטש פֿון ייִנגערן דור, וואָס איז גוט באַהאַוונט אין די נײַע עלעקטראָנישע מעדיאַ־מיטלען.

הײַנט איז זײַן אָפֿיציעלער שרײַבערישער דעביוט אין אונדזער צײַטונג און מיר ווינטשן אים צו זײַן שאַפֿעריש און אײַנפֿאַלעריש, לטובֿת אונדזערע לייענער.

רעדאַקציע


ס׳קען הײַנט אויסזען, אַז אַלע אַמעריקאַנער יונגע־לײַט ווילן זיך אַרײַנציִען אין שטאָט ניו־יאָרק, בפֿרט אויב מע טוט אַ קוק אויף אַזעלכע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען ווי „מיידלעך” (Girls) און „צוויי פֿאַראָרעמטע מיידלעך” (Two Broke Girls), וועלכע שפּיגלען אָפּ דאָס הײַנטיקע לעבן פֿון די יונגנטלעכע פֿרויען און זייערע חבֿרים אינעם אַזוי־גערופֿענעם „גרויסן עפּל.” אַזאַ אַײַנדרוק שאַפֿט זיך ניט בלויז פֿון דער פּאָפּולערער קולטור, נאָר אויך פֿון עפּעס אַ גרעסערן צײַטגײַסט און מעכטיקן געפֿיל בײַ יוגנטלעכע, אַז ניו־יאָרק איז איצט דער סאַמע צענטער פֿון דער וועלט.

ס׳איז דאָך אמת אַז ניו־יאָרק, צוזאַמען מיט לאָס־אַנדזשעלעס, זענען שוין מער פֿון אַ יאָרהונדערט די הויפּשטעט סײַ פֿון דער פּאָפּולערער און סײַ פֿון דער אינטעלעקטועלער קולטור אין אַמעריקע. אָבער פֿאַר מײַן דור (דאָס הייסט, די וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין די שפּעטע 1980ער און פֿריִיִקע 1990ער) פֿאַרמאָגט די שטאָט אַ באַזונדערן שם, פֿון וועלכן זי האָט שוין יאָרן לאַנג ניט גענאָסן.

גאַנץ פֿאַרקערט איז געווען פֿאַרן דור, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין די 1960ער און 1970ער יאָרן; פֿאַר מײַנע עלטערן און זייערע פֿריײַנד איז ניו ־יאָרק געווען אַן אָרט וואָס ס׳רובֿ מענטשן האָבן געוואָלט פֿאַרלאָזן אַם־שנעלסטן. פֿאַרשטייט זיך, אַז אין דער זעלביקער צײַט, האָבן אַ סך מענטשן געדאַרפֿט זיך אַהער אַרײַנציִען, ווײַל ניו־יאָרק איז געווען אַזאַ מעכטיקער צענטער פֿון אַ סך פֿאַרשידנאַרטיקע אינדוסטריעס. צוליב דער סיבה האָבן אַ סך יונגטלעכע זיך דאָ באַזעצט, כּדי צו דערגרייכן דעם סאַמע שפּיץ פֿון זייער קאַריערע, אָדער כאָטש צו קענען געפֿינען אַ „דזשאָב” . אָבער ס׳רובֿ פֿון אָט די דעמאָלטיקע נײַ־באַזעצטע ניו־יאָרקער זענען ניט געקומען צו געניסן פֿון דער יוגנטלעכער ענערגיע, ווײַל צו יענער צײַט האָט זי בכלל ניט עקזיסטירט.

דער הײַנטיקער ניו־יאָרק איז אין גאַנצן אַן אַנדער מעשׂה. געוויסע טיילן פֿון דער שטאָט, בפֿרט אַזעלכע געגנטן ווי וויליאַמסבורג, סאָהאָ, און טרײַבעקאַ ווויען מיט יוגנטלעכע שטימען פֿון די, וואָס הוליען שבת־זונטיק ביזן ווײַסן טאָג אַרײַן. אין די ניט־חסידישע טיילן פֿון וויליאַמסבורג און אין די שכנישע סעקציעס פֿון די דערבײַיִקע קוואַרטאַלן פֿון בעדפֿאָרד־סטײַוועסענט, בושוויק, גרינפּוינט און קלינטאָן־היל קען זיך גאַנץ גרינג אײַנפֿאַלן דעם פֿאַרבײַגייער, אַז ער געפֿינט זיך גאָר אויפֿן קאַמפּוס פֿון אַן אוניווערסיטעט, צוליב דעם וואָס מע זעט כּמעט בכלל ניט קיין מענטשן, וועלכע זענען עלטער פֿון 35 יאָר אָדער ייִנגער פֿון 20. קיין קינדער, זקנים, אָדער אַפֿילו מענטשן אין די 40ער יאָרן זעט מען כּמעט אין ערגעץ נישט.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די אייגנטימער פֿון די אָרטיקע געשעפֿטן, רעסטאָראַנען און באַרן טוען אַלץ מעגלעכס צופֿרידצושטעלן אָט די פּאָטענציעלע יונגע קונים, און צוליב דעם שפּיגלען זיך אָפּ אין די געשעפֿטן די אינטערעסן און פֿאַרלאַנגען פֿון אָט די יונגע „היפּסטערס”. ווי אין אַנדערע ניו־יאָרקער געגנטן, זענען דאָ אויך פֿאַראַן כּלערליי סופּערמאַרקן און שפּײַזקראָמען, אָבער אין אַזעלכע „היפּסטערישע” געגנטן זענען ס׳רובֿ פֿון די געשעפֿטן „אָרגאָניש” אָדער אַפֿילו מער ספּעציאַליזירט; מע זעט דאָרט אָפֿט קליינע געשעפֿטן וואָס פֿאָרקויפֿן בלויז וועגעטאַריש עסן אָדער גאָר בלויז וועגאַניש עסן. און טאָמער דאָס איז עמעצן ניט גענוג, קען מען אויך געפֿינען נאָך מער ספּעציאַליזירט עסנוואַרג, ווי, למשל, פּיצעס וואָס ווערן געמאַכט בלויז פֿון וועגאַנישע פּראָדוקטן, סטייקן וואָס זענען נישט פֿליישיק, און אַפֿילע רעסטאָראַנען וואָס פֿאַרקויפֿן בלויז עסנס געמאַכט פֿון ניס און בלעטער.

איינס פֿון די געוויינטלעכע סטערעאָטיפּישע „היפּסטערישע” געשעפֿטן איז די „קאָפּקעיק בוטיק”, אַ קליין געשעפֿט, וואָס זעט אויס ווי מע זאָל דאָרט פֿאַרקויפֿן טײַער צירונג אָדער טײַערע עלעגאָנטע באַפּוצטע קליידער; אָבער דאָרטן קען מען קויפֿן בלויז קלייניקע טערטלעך וואָס הייסן „קאָפּקעיקס”, „געמאַכט מיט די הענט.”

נישט בלויז די סופּערמאַרקן, רעסטאָראַנען און שפּײַזקראָמען שפּיגלען אָפּ די עקסצענטרישע גלוסטענישן און געוווינשאַפֿטן פֿון אָט די יוגנטלעכע, נאָר אויך די אַלע אַנדערע געשעפֿטן וואָס געפֿינען זיך אינעם דאָזיקן מלכות פֿון היפּסטערס טראָגן יוגנטלעכע השפּעות. צוליב דעם וואָס טאַטוס פֿאַרקויפֿן זיך איצט ווי הייסע לאָקשן, געפֿינען זיך דאָ אויף טריט און שריט טאַטויִרונג־סטודיאָס. איינער פֿון אָט די „טינט־אַטעליעס”, וועלכער געפֿינט זיך לעבן דער דירה פֿון אַ חבֿר מײַנעם, איז אָפֿן כּמעט בלויז בײַ נאַכט. ער געפֿינט זיך גלײַך צווישן צוויי באַרן, אַפֿשר מיט דער האָפֿענונג, אַז די קונים זאָלן זיך אַ ביסל אָנשיכּורן, כּדי זיי בעסער צו דערמוטיקן צו באַקומען וואָס גיכער אַ טאַטו.

רעדנדיק וועגן די באַרן גופֿא, איז איינער פֿון די כאַראַקטעריסטישע אַספּעקטן פֿון אַ היפּסטער־באַר, אַז יעדער באַר פּרובירט צו געפֿינען זײַן אייגענאַרטיקן אופֿן, כּדי צוצוציִען אַ גרעסערן עולם. אַ פּאָר גאַסן אַוועק פֿון דער דירה, וווּ איך שטיי צײַטווײַליק אײַן, איז דאָ אַ באַר מיט צענדליקער אַלטע „אַרקאַדשפּילן”, אַזאַ מין אַלט־מאָדישע ווידעאָ־שפּיל וואָס געפֿינט זיך אין אַ בודקע כּמעט אַזוי הויך ווי אַ מענטש, און וואָס טראָגט מיט זיך זײַן אייגענעם עקראַן. אַזעלכע אַלטמאָדישע „אַרקאַדשפּילן” זענען געווען גאַנץ פּאָפּולער אין די יאָרן, ווען איך בין געווען אַ קליין קינד, אָבער הײַנט זעט מען זיי כּמעט אין ערגעץ נישט מחוץ אַזעלכע באַרן און אַ פּאָר ספּעציעלע געשעפֿטן. צוליב דעם דוחק אין אַזעלכע אַלטמאָדישע ווידעאָ־שפּילן, שאַפֿן אָט די שפּילעכלעך אַ געפֿיל פֿון נאָסטאַלגיע בײַ די יונגע באַזוכער פֿונעם באַר.

נאָסטאַלגיע פֿאַר די קינדער־יאָרן און אַלץ וואָס מע געדענקט דערפֿון, איז גאַנץ פֿאַרשפּרייט צווישן די „היפּסטערס”. מ׳אָרגאַניזירט ליגעס צו שפּילן זיך אין די זעלביקע קינדערישע שפּילן, וועלכע מ׳האָט געשפּילט אין דער פֿאָלקס־שול צו 8 יאָר, ווי „דאַדזש־באַל” (Dodgeball), „פֿאַרכאַפּ די פֿאָן”, „קאַובויס און אינדיאַנער” (אַן אַמעריקאַנער נוסח פֿון „ציג און וואָלף”) און אַזוי ווײַטער. אַזעלכע שפּילן קומען פֿאָר ניט בלויז אויפֿן נאָרמאַלן קינדערישן שטייגער מיט אַ טוץ קינדער אין אַ הויף, נאָר אויך אויף אַ גראַנדיעזן אופֿן: הונדערטער מענטשן נעמען אָנטייל און זיי, שפּילן זיך ממש אויף דער גאַס.

כאָטש עס געפֿעלט מיר ניט די גאַנצע עסטעטיק פֿון דעם היפּסטעריזם ,וויל איך, ווי אַ סך נײַ־אָנגעקומענע אין ניו־יאָרק, סײַ ווי סײַ וווינען אין אַזאַ געגנט ווי וויליאַמסבורג. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אַ סך פֿון דער דאָזיקער יוגנט־קולטור, מיט איר „אייביקער קינדהייט”, זעט מיר אויס אַבסורדיש, מיין איך, אַז אַזעלכע „היפּסטער־מלכות” זענען מער אינטערעסאַנט ווי די נאָרמאַלע געגנטן. אָבער דאָס געפֿינען אַ דירה פֿאַר אַ פּאַסיקן פּרײַז איז כּמעט ווי טרינקען פֿויגל־מילך.


היפּסטער: אַן אָנהענגער פֿון דער פּאָסט־מאָדערנער אַמעריקאַנער סוב־קולטור וואָס כאַרעקטיזירט זיך מיט איר חוש פֿאַר איראָניע, אַלט־מאָדישע קליידער און אַלטערנאַטיוו עסנוואַרג.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.