ישׂראלים העלפֿן פּליטים

Israeli Group Helps Syrian Refugees

די סירישע פּליטים אין יאָרדאַניע באַקומען די פּראָדוקטן פֿון „IsraAid‟
Mickey Alon
די סירישע פּליטים אין יאָרדאַניע באַקומען די פּראָדוקטן פֿון „IsraAid‟

פֿון ייִט״אַ

Published October 23, 2013, issue of November 08, 2013.

די ישׂראלדיקע נישט־קאָמערציעלע גרופּע „IsraAid‟ באַזאָרגט די סירישע פּליטים אין יאָרדאַניע מיטן עסן, ווי אויך מיט אַזעלכע היגיענישע פּראָדוקטן, ווי זייף. די פֿיאָלעטע פּלאַסטיק־זעק מיט לינדזן, טיי, מילך־פּודער און אַנדערע טרוקענע פּראָדוקטן, וואָס פֿילן אָן צוויי צימערן אינעם ביוראָ פֿון אַ יאָרדאַנישער הילף־אָרגאַניזאַציע, קאָנען אַרויסהעלפֿן 250 פּליטים־משפּחות.

אַ פֿאָרשטייער פֿון דער גרופּע האָט אָבער דערקלערט, אַז „זיי ווילן נישט בלאָזן אין טרומייטן‟, אָז דאָס הילף קומט פֿון ישׂראל. פֿאַרקערט, שנײַדן זיי אָפּ פֿון די זעק די סימנים, וואָס ווײַזן, פֿונוואַנען עס שטאַמען די פּראָדוקטן. פֿריִער האָט „IsraAid‟ שוין געהאָלפֿן מיט פּראָדוקטן, מעדיקאַמענטן און פּסיכאָלאָגישע קאָנסולטאַציעס די פּליטים אין קעניע און די געליטענע פֿון ערד־ציטערנישן אין יאַפּאַן און האַיִטי.

הײַיאָר האָט די גרופּע אָנגעהויבן אַרבעטן אין יאָרדאַניע און האָט שוין אויסגעגעבן די סירישע פּליטים הילף־מאַטעריאַלן אויף אַ סומע פֿון 100,000 דאָלאַר. צוליב דעם, וואָס סיריע און ישׂראל געפֿינען זיך שוין 40 יאָר, טעכניש גערעדט, אין אַ שטענדיקן מלחמה־מצבֿ, וויל נישט „IsraAid‟ רעקלאַמירן, אַז זייער הילף קומט פֿון אַ שׂונא־לאַנד. די מיטאַרבעטער זאָרגן זיך וועגן זייער זיכערהייט; ס׳רובֿ פֿון די אויסגעפֿרעגטע האָבן נישט געוואָלט מפֿרסם זײַן זייערע נעמען. דאָס שײַכות פֿון די פּראָדוקטן צו ישׂראל קאָן אויך שטעלן די פּליטים אין סכּנה.

געוויינטלעך, קאָנען די ישׂראלים באַזוכן יאָרדאַניע אָן פּראָבלעמען. אין דעם פֿאַל, אָבער, פֿאָרן זיי אַהין מיט אַ פּאָליציי־עסקאָרט און מיט אַ דערלויבעניש־בריוו פֿון דער אָרטיקער אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַרשפּרייט די פּראָדוקטן. דער בריוו אַנטהאַלט אויך אַ רשימה פֿון די באַטייליקטע גרופּע־מיטגלידער.

שחר זהבֿי, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון „IsraAid‟, האָט דערקלערט, אַז די זיכערהייט־דינסטן אין אַנדערע לענדער פֿירן אויך אַ שטרענגן אויפֿזיכט איבער די אויסלענדישע הילף־גרופּעס. אַדרבה, ער האָט באַטאָנט, אַז יאָרדאַניע איז גאַנץ צופֿרידן מיט זייער הילף.