לאָפּאַטינס מהומהדיקער „ברוך־הבאָ‟

Lopatin Gets Cold Welcome

הרבֿ אָשר לאָפּאַטין
Courtesy of YCT
הרבֿ אָשר לאָפּאַטין

פֿון פּאָל בערגער (Forward)

Published October 29, 2013, issue of November 22, 2013.

אָנהייב אָקטאָבער, איז אָשר לאָפּאַטין אָפֿיציעל געוואָרן דער פּרעזידענט פֿון דער ליבעראַל־אָרטאָדאָקסישער ישיבֿה „חובֿבֿי־תּורה‟, האָפֿנדיק צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן דעם דאָזיקן אַנשטאַלט און דער ברייטערער פֿרומער וועלט. מיט אָנדערהאַלבן וואָכן שפּעטער, דעם 17טן אָקטאָבער, האָט לאָפּאַטין איבערגעגעבן, אַז ער פֿילט זיך „אַ ביסל אויפֿגערודערט‟ נאָך אַ גאַנצער סעריע מהומהדיקע געשעענישן.

דעם 6טן אָקטאָבער, האָט לאָפּאַטין באַטראַכט זײַן באַשלוס אָנצונעמען די פּרעזידענט־פּאָזיציע בײַ אַ רונדן טיש, צוזאַמען מיט אַ צאָל רעפֿאָרמער, קאָנסערוואַטיווע און רעקאָנסטרוקציאָניסטישע מנהיגים. די חרדישע דאַך־אָרגאַניזאַציע „אַגודת־ישׂראל פֿון אַמעריקע‟ האָט פֿאַרדאַמט זײַן קאָאָפּעראַציע מיט די נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדישע גרופּעס, ווי אַ שעדלעכע אונטערנעמונג, וואָס רײַסט אונטער, לויט דער מיינונג פֿון דער „אַגודה‟, די יסודות פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט.

לאָפּאַטינס קאָלעגן פֿונעם מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן ישיבֿה־אוניווערסיטעט, וועלכע האָבן זיך געקליבן אָנטיילצונעמען אין דער דיסקוסיע בײַם רונדן טיש, זענען נישט געקומען, ווײַל זיי זענען געווען פֿאַרנומען יענעם טאָג מיט אַנדערע זאַכן. די פֿרומע צײַטונג „יתד נאמן‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ שאַרף נעגאַטיוון לייט־אַרטיקל, וווּ דער צוזאַמעטרעף מיט די נישט־אָרטאָדאָקסישע פֿירער ווערט אָנגערופֿן „אַ שפּײַ אינעם פּנים פֿון דער אָרטאָדאָקסישער ייִדישקייט‟. דער רעדאַקטאָר, פּינחס ליפֿשוץ, האָט באַשריבן לאָפּאַטינס ישיבֿה, ווי אַ סכּנותדיקע אומאָרטאָדאָקסישע גרופּע און גערופֿן אַרויסצוּוואַרפֿן אירע פֿאָרשטייער פֿון די הויפּטשטראָמיקע פֿרומע קהילות.

דער נײַער מנהיג פֿון „חובֿבֿי־תּורה‟ האָט באַמערקט, אַז אַזאַ שאַרפֿע רעאַקציע קאָן זײַן בעצם אַ גוטער סימן. ס׳זעט אויס, אַז די קריטיקער זעען, אַז די ליבעראַל־אָפֿענע שיטה פֿון דער ישיבֿה ווערט טאַקע אַ מערקווירדיקער פֿאַקטאָר אין דער פֿרומער וועלט און רופֿט דערפֿאַר אַרויס אַן ערנסטע זאָרג מצד אירע קעגנער.

סוף יוני, האָט דער פֿריִערדיקער פּרעזידענט, הרבֿ אַבֿי ווײַס, פֿאַרלאָזט זײַן אַמט. ווײַס, וועלכער האָט געגרינדעט „חובֿבֿי־תּורה‟ אינעם יאָר 1999, האָט זיך געפֿונען אין אָנגעשטרענגטע באַציִונגען מיט די פֿרומע קרײַזן צוליב דעם צוגאַנג צו ייִדישקייט. דאָס גרעסטע מחלוקת קעגן אים האָט זיך אָנגעהויבן, ווען ער האָט געגעבן סמיכה דער פֿרוי שׂרה האָרוויץ, אינעם יאָר 2009. פֿונדעסטוועגן, האָבן 35 תּלמידים פֿון דער ישיבֿה שוין באַקומען פֿעסטע רבנישע פּאָזיציעס אין מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע קהילות.

אין פֿאַרגלײַך מיט ווײַסן, איז לאָפּאַטין באַקאַנט ווי אַ מעסיקער מענטש, וואָס האָט אַ טאַלאַנט צו בויען בריקן צווישן די קהילות און אײַנשטילן די מחלוקתן. במשך פֿון 18 יאָר, האָט ער געדינט ווי אַ רבֿ אין דער שיקאַגער שיל „אַנשי שלום בני ישׂראל‟. זײַן טאַטע, דער פֿאָרשער־כעמיקער דזשאָרדזש לאָפּאַטין, האָט געהאָפֿט, אַז זײַן זון וועט זיך פֿאַרנעמען מיט די ענינים פֿונעם מיטל־מיזרח. דער נײַער ראָש־ישיבֿה באַטאָנט אָבער, אַז אין דער וועלט זענען פֿאַראַן אַ סך אַנדערע ערטער, וואָס זייערע פּראָבלעמען זענען נישט ווייניקער וויכטיק. ער טרוימט, למשל, צו עפֿענען דעם ערשטן כּשרן רעסטאָראַן אין צפֿון־קאָרעע.

נישט געקוקט אויף זײַן ליבעראַלע דעות אין הלכה, איז לאָפּאַטין אָבער זייער אַ רעכטער אינעם פּאָליטישן זין, בפֿרט וואָס שייך ישׂראל. ער האַלט, אַז די ישׂראלדיקע מלוכה דאַרף אַנעקסירן דעם מערבֿ־ברעג און, מעגלעך, עזה־פּאַס.

הגם זײַן קאַריערע אין „חובֿבֿי־תּורה‟ האָט זיך אָנגעהויבן אַזוי סתּירותדיק, האָפֿט לאָפּאַטין נאָך אַלץ צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט די אַנדערע אָרטאָדאָקסישע גרופּעס, אַרײַנגערעכנט די חרדים. ער האָט איבערגעגעבן, אַז ער וועט ווײַטער פּרוּוון צו פֿאַרבינדן זיך מיט הרבֿ אַבֿי שאַפֿראַן און הרבֿ דוד צוויבל, די פֿירער פֿון „אַגודת־ישׂראל‟. דערווײַל האָבן זיי, אָבער נישט געענטפֿערט אים אויפֿן טעלעפֿאָן.