„פּענשאַפֿט‟ — אינטערנעץ־אַלמאַנאַך

Penshaft – Internet-Almanac


פֿון באָריס סאַנדלער

Published October 31, 2013, issue of November 22, 2013.

טײַערע לייענער,

אויף אונדזער וועבזײַט האָבן מיר אײַנגעפֿירט אַ נײַע רובריק „פּענשאַפֿט‟. אין תּוך גערעדט, איז עס אַ מאָדערנער אופֿן פֿון אַן עלעקטראָנישן ליטעראַרישן אַלמאַנאַך. מעגלעך, אַז דער נאָמען קלינגט מאָדנע, ווײַל אַ פּען, ווי אַ מכשיר פֿון אַ שרײַבער, איז שוין לאַנג פֿאַרגעסן געוואָרן. סײַדן, ווי אַ מין סימן־מובֿהק פֿון ליטעראַרישער שאַפֿונג. הײַנט, ווען אַ ייִדיש־שאַפֿערישער מענטש האָט פֿאַקטיש קיין אייגן ווינקל נישט, וווּ צו פּובליקירן זײַנע נײַע ווערק, וועט אונדזער נײַער אַלמאַנאַך זײַן ווי צוגעמאָסטן צו זײַן פּען.

די עלעקטראָנישע סטרוקטור פֿון „פּענשאַפֿט‟ דערמעגלעכט יעדן מחבר צו עקזיסטירן אונטער איין דאַך מיט זײַנע פּענברידער, און אין דער זעלבער צײַט, האָבן זײַן „אייגן ווינקל‟, זײַן בלאָג, וווּ ער קאָן יעדעס מאָל, ווען ער פֿאַרענדיקט אַ נײַע שאַפֿונג, זי באַלד אַרויסשטעלן צו דערזען די ליכטיקע שײַן.

אויף אַזאַ אופֿן, וועלן די לייענער קענען יעדן טאָג באַזוכן דעם אַלמאַנאַך „פּענשאַפֿט‟, און געפֿינען אַ נײַ ליד, אַ נײַע דערציילונג, אַ ווײַטערדיק קאַפּיטל פֿון אַ נאָוועלע.

די ווערק ווערן נישט רעדאַגירט — זאָלן זיי פֿאַרהיטן די פֿרישקייט, וואָס דער שרײַבער גופֿא האָט אין זיי אַרײַנגעאָטעמט.


הײַנט וועט איר אין „פּענשאַפֿט‟ געפֿינען די ווערק פֿון די באַקאַנטע שרײַבער, וואָס געהערן צו דרײַ ליטעראַרישע דורות:

דער פּאָעט משה שקליאַר פֿון לאָס־אַנדזשעלעס לייגט פֿאָר זײַנע זכרונות „אַ קורצער שפּאַציר דורך אַ לאַנג לעבן‟ — אַ טיפֿער אַרײַנבליק אין דער גורלדיקער תּקופֿה, וואָס כאַפּט אַרום כּמעט אַ גאַנצן יאָרהונדערט פֿון ייִדישן לעבן אין פּוילן. דאָס ערשטע קאַפּיטל הייסט: „מײַנע נישט־אַזוי קינדערישע יאָרן‟.

די דיכטערינס ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן און רבֿקה באַסמאַן בן־חיים קומען אַרויס מיט אַ קראַנץ נײַע לידער, וואָס טראָגן אין זיך אַן אינטימע וואַרעמקייט און דעם צאַפּל צו יעדן ליכטיקן טאָג.

דער דראַמאַטורג, פּאָעט און פּראָזאַיִקער מיכאל פֿעלזענבאַום האָט אַרויסגעשטעלט זײַן נײַע אַלעגאָרישע פּיעסע „אַ שׂימחה אין שטעטל‟. דער דיכטער באָריס קאַרלאָוו פּרעזענטירט דעם ציקל לידער „נעכטיקע טעג‟, און באָריס סאַנדלער — די ערשטע דרײַ לידער פֿונעם ציקל „אַפּאָקריפֿן‟. אַ בינטל לירישע לידער האָט צוגעשיקט משה לעמסטער.

דער ייִנגערער דור, שלום בערגער און עמיל קאַלין, לייגן פֿאָר זייערע דערציילונגען: „צוויי פּעטש‟ און „אַ מעשׂה מיט אַ שפּיטאָל־סטראָזש‟.

מיט איין וואָרט, גיט אַ קוועטש אויפֿן אויפֿשריפֿט „פּענשאַפֿט‟ און איר וועט זיך אַריבערטראָגן אין דער ווירטועלער וועלט פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער שאַפֿערישקייט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.