מלחמה־אַרכיוו פֿון דער „יו־ען‟

UN War Crime Archive

דער אָנדענק־זאַל אינעם וואַשינגטאָנער חורבן־מוזיי
Wikimedia Commons
דער אָנדענק־זאַל אינעם וואַשינגטאָנער חורבן־מוזיי

פֿון ייִט״אַ

Published November 03, 2013, issue of November 22, 2013.

דאָנערשטיק, בעם 31סטן אָקטאָבער, האָט סאַמאַנטאַ פּאַוער, די אַמבאַסאַדאָרין פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן בײַ דער „יו־ען‟, געזאָגט בעת אַ קאָנפֿערענץ פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟, אַז די „יו־ען‟ וועט איבערגעבן דעם צענטראַלן אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן דעם אַרכיוו מיט דאָקומענטן וועגן טויזנטער נאַציס־פֿאַרברעכערס. די דאָקומענטן, ווי פּאַוער האָט דערקלערט, וועלן העלפֿן די פֿאָרשער „אין דער צײַט, ווען אַ סך חורבן־אָפּלייקענער גלייבן אין ווילדע אויסטראַכטענישן, און נישט אין פֿאַקטן‟.

אינעם אַרכיוו פֿון דער קאָמיסיע פֿאַר מלחמה־פֿאַרברעכנס בײַ דער „יו־ען‟ געפֿינען זיך דאָקומענטן וועגן מער ווי 10,000 קאָנקרעטע פֿאַרברעכן־פֿאַלן אין אייראָפּע און אַזיע. די אינטערנאַציאָנעלע קאָמיסיע איז געגרינדעט געוואָרן דורך 17 לענדער אינעם יאָר 1943, כּדי צו זאַמלען די אינפֿאָרמאַציע וועגן פֿאַרדעכטיקטע מלחמה־פֿאַרברעכערס. אין יולי, נאָכן אָפּמאַך צווישן דער „יו־ען‟ און דעם אינטערנאַציאָנאַלן קרימינעלן געריכט אין האַאַג, איז דער אַרכיוו פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף דער אינטערנעץ. טויזנטער דאָקומענטן זענען אָבער ביז איצט געבליבן אַ סוד.

בעת דער זעלבער קאָנפֿערענץ פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟, האָט טשאָק הייגעל, דער אַמעריקאַנער שוץ־סעקרעטאַר, מיטגעטיילט וועגן דעם פּלאַן צו פֿאַרקויפֿן דעם ישׂראלדיקן מיליטער זעקס עראָפּלאַנען „Osprey V-22‟. הייגעל האָט באַטאָנט, אַז זיי וועלן „שטאַרק פֿאַרבעסערן די דיסטאַנץ און עפֿעקטיווקייט פֿון די ישׂראלדיקע ספּעציעלע כּוחות‟. דער שוץ־סעקרעטאַר האָט צוגעגעבן, אַז ס׳איז קריטיש־וויכטיק אויסצופּרוּוון אַלע מעגלעכקייטן צו לייזן אויף אַ פֿרידלעכן אופֿן דעם קאָנפֿליקט מיט דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם. די אַדמיניסטראַציע פֿונעם פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט עס אויך לעצטנס באַטאָנט בעת אַ צוזאַמענטרעף מיט די פֿירער פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.