ייִדן — געהרגעט יעזוס?

Jews Killed Jesus?

אַן אַנטיסעמיטישע אַמעריקאַנער קאַריקאַטור פֿון 1896
Wikimedia Commons
אַן אַנטיסעמיטישע אַמעריקאַנער קאַריקאַטור פֿון 1896

פֿון ייִט״אַ

Published November 03, 2013, issue of November 22, 2013.

די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟ האָט דורכגעפֿירט אַן אויספֿרעג, לויט וועלכן 12 פּראָצענט אַמעריקאַנער זענען געשטימט טיף אַנטיסעמיטיש. אינעם יאָר 2011, האָט די אָרגאַניזאַציע באַקומען אַ גרעסערע צאָל — 15 פּראָצענט. מיט צוויי יאָר פֿריִער איז די סטאַטיסטיק געווען בערך די זעלבע, ווי הײַנט.

אינעם לעצטן טעלעפֿאָן־אויספֿרעג, דורכגעפֿירט מיט אַ חודש צוריק, האָבן זיך באַטייליקט 1,200 דערוואַקסענע מענטשן. די רעזולטאַטן זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דאָנערשטיק, דעם 31סטן אָקטאָבער. אַבֿרהם פֿאָקסמאַן, דער נאַציאָנאַלער דירעקטאָר פֿון דער ליגע, האָט באַמערקט, אַז די באַציִונגען פֿון די אַמעריקאַנער צו ייִדן האָט זיך במשך פֿון די לעצטע יאָרן פֿאַרבעסערט. אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, איז אַנטיסעמיטיזם אין אַמעריקע געווען אַ סך ברייטער פֿאַרשפּרייט. לויטן חשבון, וואָס די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟ האָט דורכגעפֿירט אינעם יאָר 1964, האָבן 29 פּראָצענט אַמעריקאַנער געהאַט ממש אַנטיסעמיטישע דעות.

לויט די רעזולטאַטן פֿונעם איצטיקן אויספֿרעג, האַלטן 14 פּראָצענט אַמעריקאַנער, אַז ייִדן האָבן צופֿיל מאַכט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן; 30 פּראָצענט מיינען, אַז ייִדן זענען מער לאָיאַל צו ישׂראל, ווי צו אַמעריקע; 19 פּראָצענט מיינען, אַז צופֿיל געשעפֿטן געהערן צו ייִדן. זינט 2011, האָבן די דאָזיקע ציפֿערן זיך כּמעט נישט געביטן.

די צאָל אַמעריקאַנער, וואָס גלייבן, אַז די ייִדן זענען שולדיק אינעם דערהרגענען יעזוס, איז געפֿאַלן, אין פֿאַרגלײַך מיט צוויי יאָר צוריק, פֿון 31 ביז 26 פּראָצענט. 18 פּראָצענט האָבן געזאָגט, אַז די ייִדישע השפּעה אין די נײַעס־קוואַלן איז צו שטאַרק. בערך אַ פֿערטל זענען נישט צופֿרידן מיט דעם, וואָס ייִדן רעדן צופֿיל וועגן דעם חורבן.

די רעזולטאַטן פֿונעם אויספֿרעג זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן בעת דער יערלעכער צוויי־טאָגיקער קאָנפֿערענץ פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן דאָנערשטיק אין ניו־יאָרק.