צרות אין טוניסיע

Trouble in Tunisia

דער טוניסער פּרעזידענט מאָנסעף מאַרזוקי (רעכטס) מיט אַכמעד מעסטירי, פֿון דער „ענאַכדאַ־פּאַרטיי‟, פֿאַר אַ זיצונג, צו לייזן דעם פּאָליטישן קריזיס אין לאַנד, דעם 4טן נאָוועמבער
Getty Images
דער טוניסער פּרעזידענט מאָנסעף מאַרזוקי (רעכטס) מיט אַכמעד מעסטירי, פֿון דער „ענאַכדאַ־פּאַרטיי‟, פֿאַר אַ זיצונג, צו לייזן דעם פּאָליטישן קריזיס אין לאַנד, דעם 4טן נאָוועמבער

פֿון שבֿע כּהן

Published November 08, 2013, issue of December 06, 2013.

אין דער צײַט, וואָס אַלע פֿאַראינטערעסירטע צדדים האָבן אָנגעשטעלט זייער בליק אויף דזשאַן קערי, ישׂראל און די פּאַלעסטינער; אָדער שפּירן נאָך די גרויסע מחלוקתן צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און סאַודיע, מאַכט טוניסיע שטילערהייט אַדורך אַ ריי באַטײַטפֿולע קריזיסן. פֿון איין זײַט, לײַדט די מדינה פֿון טעראָריסטן, וואָס ווערן אַלץ מער און מער דרייסט, און פֿון דער צווייטער זײַט, ווערן אירע פּאָליטיקער אַלץ מער און מער חוצפּהדיק.

טוניסיע איז שוין אָפּגעשוואַכט געוואָרן פֿון דעם „אַראַבישן פֿרילינג‟, וואָס האָט אויסגעבראָכן דאָרט אין 2011. די איסלאַמיסטישע טעראָריסטן האָבן אויסגענוצט דעם שווערן מצבֿ, כּדי שטאַרקער צו מאַכן זייער פּאָזיציע. אין אָנהייב האָבן זיי אַטאַקירט, דער עיקר, אין די בערג און וועלדער, אָבער איצט זײַנען זיי אַקטיוו אויך אין די גרויסע שטעט. זייערע צילן זײַנען, געוויינטלעך, טוריסטישע ערטער, ווי פּלאַזשעס, וואָס זיי האַלטן ווי אַ מקור פֿון אויסגעלאַסנקייט און זיכערהייט־כּוחות. נאָר מיט צוויי וואָכן צוריק זײַנען זיבן פּאָליציאַנטן געהרגעט געוואָרן אין דער שטאָט סידי בוזיד. אַ וואָך שפּעטער האָט מען שוין אַרעסטירט 20 דזשיהאַדיסטן, צוזאַמען מיט אַ סך געווער און באָמבעס. די אַרמיי יאָגט זיך נאָך די טעראָריסטן אין די בערג, לעבן דער שטאָט.

די סיטואַציע איז געוואָרן אַזוי געפֿערלעך, אַז די רעגירונג וועט פֿאַרהעכערן דעם זיכערהייט-בודזשעט פֿון 2014 אויף כּמעט 275 מיליאָן דאָלאַר. 8,700 נײַע רעגירונג־אַרבעטער, 80% פֿונעם גאַנצן סכום, וועלן זיך באַשעפֿטיקן אינעם תּחום פֿון זיכערהייט. הײַנט אַרבעטן אַרום 50,000 מענטשן אין דער פּאָליציי, זיכערהײט־כּוחות אָדער ווי שומרים.

אויסער דעם, צום ערשטן מאָל זינט דעם „אַראַבישער פֿרילינג‟, האָט די רעגירונג פֿאַרלענגערט דעם נויטפֿאַל-סטאַטוס פֿון טוניסיע מיט מער ווי אויף דרײַ חדשים. דעם 3טן נאָוועמבער, צוליב די אַלע אַטענטאַטן, האָט טוניסיע באַשלאָסן, אַז דער נויטפֿאַל וועט אָנגיין נאָך 8 חדשים. לויט דער פּרעסע אין צפֿון-אַפֿריקע איז דאָס פֿאָלק און די זיכערהייט-כּוחות נישט צופֿרידן מיט דעם, ווי די רעגירונג באַהאַנדלט דעם מצבֿ. די זיכערהייט־כּוחות טענהן, אַז עס פֿעלט זיי די נייטיקע טרענירונג און אַנדערע כּלים צו באַקעמפֿן טעראָריזם.

אָבער די פֿראַגע בלײַבט די זעלבע: ווי לאַנג וועט טוניסיע נאָך האָבן אַ רעגירונג. נאָכן מאָרד פֿון דעם אָפּאָזיציע-פּאָליטיקער, שאָקרי בעלאַיִד, האָט די רעגירונג פֿון דער איסלאַמיסטישער „ענאַכדאַ־פּאַרטיי‟ זיך אײַנגעבראָכן. דער פּרעמיער כאַמאַדי דזשעבאַלי האָט אַנאָנסירט, אַז טוניסיע וועט האָבן אַ רעגירונג פֿון טעכנאָקראַטן ביז מען וועט שרײַבן אַ קאָנסטיטוציע און אָרגאַניזירן וואַלן. דאָס האָט פּאַסירט אין מערץ און דערווײַל זעט מען נישט קיין פֿאָרשריט.

די לעצטע פּראָבלעם איז, וואָס דער קאָמיטעט פֿון נאַציאָנאַלן דיאַלאָג איז נישט איינשטימיק מיט דעם, ווער עס זאָל זײַן דער צײַטווײַליקער פּרעמיער. דער דיאַלאָג איז אָפּגעשטעלט געוואָרן דעם 4טן נאָוועמבער נאָך דעם, ווי מען האָט נישט געקענט געפֿינען קיין פּשרה צווישן אַכמעד מיסטירי (88 יאָר אַלט) פֿון דער „ענאַכדאַ־פּאַרטיי‟ און מוכאַמאַד ענאַסור (79 יאָר אַלט) פֿון דער אָפּאָזיציע. נאָר מיט אַ חודש פֿריִער, דעם 5טן אָקטאָבער, האָבן „ענאַכדאַ‟ און די אָפּאָזיציע מסכּים געווען, אַז זיי וועלן אויסקלײַבן אַ פּרעמיער אויף איין וואָך, און אין פֿיר וואָכן אַרום וועט טוניסיע שוין האָבן אַ קאָנסטיטוציע און אָפּשטימען אַ דאַטע פֿאַר די וואַלן. איצט איז נישט קלאָר, וואָס ס‘וועט געשען ווײַטער און דאָס פֿאָלק ווערט פֿרוסטרירט.

פֿון דעסטוועגן, האָט טוניסיע אַ שטיקל מזל. צווישן די 52 מדינות אין אַפֿריקע, וואָס האָבן אָנטייל גענומען אין דעם פֿאַרמעסט צו באַטייליקן זיך אין „מאָנדיאַל — 2014‟, געפֿינט זיך טוניסיע צווישן די 10, וואָס זענען געקומען צו דער דריטער רונדע פֿונעם פֿאַרמעסט. דאָס הייסט, אַז די שאַנסן, אַז די טוניסיער מאַנשאַפֿט וועט זיך אינעם „מאָנדיאַל‟ באַטייליקן, זײַנען געגליכן צו 50%.

נישט געקוקט אויפֿן שווערן מצבֿ, קען מען זײַן רעלאַטיוו אָפּטימיסטיש וועגן דער צוקונפֿט פֿונעם לאַנד. דאָס פֿאָלק, אַרײַנגערעכנט ס›רובֿ פֿון די איסלאַמיסטן, איז פֿאַראייניקט קעגן די טעראָרטיסטן, וועלכע צעשטערן די רו און די עקאָנאָמיע. מ‘איז אין כּעס אויף דער רעגירונג, אָבער ס‘איז אַן אַלגעמיינער כּעס פֿון אַלע זײַטן. ס׳איז נישטאָ קיין סימן, אַז ס‘וועט אויסברעכן אַ כוואַליע בלוטיקע פּראָטעסטן, ווי ס‘איז געשען אין עגיפּטן. טוניסיע האָט אַ פּאָטענציאַל, אויב זי וועט נאָר קענען גובֿר זײַן אירע איצטיקע צרות.