די פֿאָטאָגראַפֿין לוסיען בלאָך

Lucienne Bloch, Frida Kahlo’s Friend and Photographer

פֿרידע קאַלאָ, ניו־יאָרק 1933
‏Lucienne Bloch
פֿרידע קאַלאָ, ניו־יאָרק 1933

פֿון ריני גערט־זאַנד (Forward)

Published November 08, 2013, issue of December 06, 2013.

אַ סך מענטשן זענען באַקאַנט מיט דער קלאַסישער פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער מעקסיקאַנער קינסטלערין פֿרידע קאַלאָ אינעם האָטעל “באַרביזאָן־פּלאַזאַ”, געמאַכט אינעם יאָר 1933, וווּ זי זיצט פֿאַר אַ קליינעם אויטאָ־פּאָרטרעט. ווייניקער מענטשן ווייסן וועגן קאַלאָס חבֿרטע, לוסיען בלאָך, די אויטאָרין פֿון דער דאָזיקער פֿאָטאָגראַפֿיע.

די ייִדישע קהילה־ביבליאָטעק אין סאַן־פֿראַנציסקאָ האָט נישט לאַנג צוריק דורכגעפֿירט אַן אויסשטעלונג פֿון לוסיען בלאָכס פֿאָטאָגראַפֿיעס. אַ טייל פֿון די אויסגעשטעלטע בילדער האָט געמאַכט איר טאַטע, דער באַרימטער שווייצאַריש־געבוירענער ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר ערנעסט בלאָך, וועלכער האָט ליב געהאַט צו פֿאָטאָגראַפֿירן נאַטור־לאַנדשאַפֿטן. זײַן טאָכטער האָט זיך בפֿירוש מער פֿאָקוסירט אויף די מענטשן, פּרוּוונדיק איבערצוגעבן זייער פּסיכאָלאָגישן מצבֿ אויף די בילדער.

אַ טייל פֿון ערנעסט בלאָכס פֿאָטאָגראַפֿיעס, וווּ עס ווערט געוויזן דאָס דאָרפֿישע לעבן אין דער שווייץ, זענען גאַנץ אָריגינעל. למשל, אינעם יאָר 1912 האָט ער אַראָפּגענומען אַ בילד פֿון אַן עלטערער פֿרוי, וואָס זעט אויס ווי אַ מכשפֿה און האַלט צוויי ריזיקע שוואָמען אין ביידע אירע הענט. אין די 1930ער יאָרן, האָט לוסיען מײַסטעריש פֿאָטאָגראַפֿירט אַ צאָל פּאָליטישע דעמאָנסטראַציעס אין ניו־יאָרק און דעטרויט. איר זעלטן בילד פֿון אַלבערט אײַנשטיינס שפּילן אויף אַ פֿידל אין פּרינסטאָן איז אויך גאַנץ אינטערעסאַנט.

די בעסטע ווערק אויף דער אויסשטעלונג זענען אָבער געווען לוסיענס אינטימע פּאָרטרעטן פֿון קאַלאָ. אויף אַ טייל פֿון זיי זעט מען אויך קאַלאָס מאַן, דעם מעקסיקאַנער קינסטלער דיעגאָ ריוועראַ. דאָס בילד הייסט “פֿרידע מיט אַ פֿלאַש פֿון טשינצאַנאָ”, אַראָפּגענומען אינעם יאָר 1935. ווי לוסיען דערקלערט אין איר נאָטיץ־בוך, האָט פֿרידע אויסעגפֿונען, אַז איר מאַן פֿירט אַ ראָמאַן מיט איר באַליבטער שוועסטער, קריסטינאַ. ווי אַן אַקט פֿון פּראָטעסט, האָט די קינסטלערין זיך אָפּגעשניטן אירע לאַנגע שוואַרצע האָר. די פֿלאַש פֿון אַפּעריטיוו, וואָס זי האַלט אין דער האַנט אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע, רעפּרעזענטירט אַ קינד, וואָס זי האָט נישט געקאָנט האָבן מיט דיעגאָ.

אויף אַן אַנדער בילד, פֿונעם יאָר 1938, האַלט קאַלאָ לוסיענס נײַ־געבוירענעם זון. ווען זי האָט געטראָגן, האָבן די דאָקטוירים געמיינט, אַז זי וועט האָבן אַ צווילינג. די פֿאָטאָגראַפֿין האָט צוגעזאָגט אָפּצוגעבן דער קינסטלערין איינעם פֿון די קינדער; דאָס איז, אָבער, נישט געשען.

לוסיען אַלען, דאָס אייניקל פֿון דער פֿאָטאָגראַפֿין, פֿלעגט העלפֿן איר באָבען, וועלכע איז געשטאָרבן בײַ 90 יאָר אין 1999, צו דרוקן די נעגאַטיוון פֿון אירע פֿאָטאָגראַפֿיעס. אַלען האָט איבערגעגעבן, אַז דער באָבעס פֿאָטאָגראַפֿיעס זענען תּמיד געווען זייער פּאָפּולער; אַ גאַנצע ריי פֿאָרשער און מוזייען האָבן געוואָלט זיי קריגן.

לוסיען בלאָך איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1909, אין דער שווייץ. זי איז געווען דאָס דריטע, ייִנגסטע קינד פֿון ערנעסט בלאָך און זײַן פֿרוי מאַרגאַריטע. אין 1917, איז דער קאָמפּאָזיטאָר אַוועקגעפֿאָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער אַנטיסעמיטישער אייראָפּע.