די נאַצי־תּקופֿה בלײַבט פּאָפּולער

Germans Still Fascinated by Nazi Era

דעם 9טן נאָוועמבער מערקט מען אָפּ די 75סטע יאָרצײַט פֿון קרישטאָלנאַכט — דער פּאָגראָם אין דײַטשלאַנד, ווען די נאַצי־באַנדעס האָבן פֿאַרברענט שילן, צעשמעטערט די וויטרינעס פֿון ייִדישע געוועלבן, באַראַבעוועט ייִדישע הײַזער, געהרגעט און געשלאָגן ייִדן. אויפֿן בילד: דער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ דוד לאַו באַטייליקט זיך אין אַ הזכּרה־צערעמאָניע, דעם 8טן נאָוועמבער, אין אַ ייִדישער טאָגשול אין בערלין.
Getty Images
דעם 9טן נאָוועמבער מערקט מען אָפּ די 75סטע יאָרצײַט פֿון קרישטאָלנאַכט — דער פּאָגראָם אין דײַטשלאַנד, ווען די נאַצי־באַנדעס האָבן פֿאַרברענט שילן, צעשמעטערט די וויטרינעס פֿון ייִדישע געוועלבן, באַראַבעוועט ייִדישע הײַזער, געהרגעט און געשלאָגן ייִדן. אויפֿן בילד: דער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ דוד לאַו באַטייליקט זיך אין אַ הזכּרה־צערעמאָניע, דעם 8טן נאָוועמבער, אין אַ ייִדישער טאָגשול אין בערלין.

פֿון גאַרעט דזשאָנס (רויטערס)

Published November 08, 2013, issue of December 06, 2013.

הײַיאָר איז דער 75סטער יאָרטאָג פֿון דער טרויעריק־באַרימטער „קרישטאָלנאַכט‟. דעם 9טן—10טן נאָוועמבער, אינעם יאָר 1938, איז אין דײַטשלאַנד אויסגעבראָכן אַ ריזיקער פּאָגראָם, אין וועלכן עס זענען אומגעקומען, לכל־הפּחות, 91 ייִדן; נאָך 30,000 זענען אַרעסטירט און פֿאַרשיקט געוואָרן אין קאָנצענטראַציע־לאַגערן. טויזנטער שילן, ייִדישע געשעפֿטן, הײַזער, שפּיטעלער און שילן זענען געוואָרן צעשעדיקט, באַרויבט און צעשטערט.

מיט 80 יאָר צוריק, אין יאַנואַר, איז הילטער געוואָרן דער קאַנצלער. אַן אַנדער צווייפֿלהאַפֿטיקער הײַיאָריקער יוביליי איז 80 יאָר נאָך דעם טאָג, ווען די נאַציס האָבן דורכגעפֿירט אַ סימבאָלישע צערעמאָניע, בעת וועלכער מע האָט פֿאַרברענט „שעדלעכע אומדײַטשישע‟ ביכער.

די נאַצי־תּקופֿה ציט צו נאָך אַלץ דעם אויפֿמערק פֿון מיליאָנען דײַטשן. מיט עטלעכע חדשים צוריק, איז אין בערלין פֿאָרגעקומען אַ היסטאָרישע אויסשטעלונג וועגן דעם, ווי אַזוי די נאַציס זענען געקומען צו דער מאַכט; די עקספּאָזיציע האָט צוגעצויגן צענדליקער טויזנטער מענטשן. מיליאָנען מענטשן קוקן די טעלעוויזיע־דראַמעס וועגן דעם דריטן רײַך. נישט לאַנג צוריק, איז אַ סאַטירישער ראָמאַן וועגן הילטער געוואָרן אַ „בעסטסעלער‟.

צוליב דעם, וואָס דאָס איצטיקע יאָר איז פֿאַרבונדן מיט די דערמאָנטע „קײַלעכדיקע‟ דאַטעס, האָבן די דײַטשן אַרויסגעוויזן אַן אויסערגעוויינטלעך גרויסן אינטערעס צו דעם פֿינצטערן קאַפּיטל פֿון זייער געשיכטע. אויף דער טעלעוויזיע, אין דער פּרעסע און אויף דער אינטערנעץ, פֿירט מען אומענדלעכע דעבאַטעס וועגן דער נאַצי־תּקופֿה — אָפֿט אויפֿן סמך פֿון דעם, וואָס דער יונגער דור האָט געהערט פֿון זייערע אייגענע זיידעס און באָבעס. למשל, מע האָט באַטראַכט, ווי אַזוי די פֿינצטערע ירושה פֿון נאַציזם ווירקט נאָך אַלץ אויף דער רעפּוטאַציע פֿונעם הײַנטיקן דײַטשישן מיליטער, אָדער פֿאַרוואָס די אָרעמע אימיגראַנטן פֿון גריכנלאַנד און שפּאַניע פֿאַרגלײַכן די קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל מיט היטלער.

די צײַטונג „שפּיגעל‟ האָט באַמערקט, אַז אַזעלכע היסטאָרישע דאַטעס רופֿן אַרויס אַ באַזונדערן אינטערעס בײַ די יונגע־לײַט, וועלכע זעען, אַז אַלץ ווייניקער לעבעדיקע מענטשן געדענקען די מלחמה־תּקופֿה. דערפֿאַר ווילן זיי בעסער פֿאַרשטיין, וואָס ס׳איז געשען אין יענע יאָרן.

אין מאַרץ, האָבן זיבן מיליאָן מענטשן געקוקט מיט גרויס אינטערעס די דרײַ סעריעס פֿונעם טעלעוויזיע־פֿילם „אונדזערע מאַמעס, אונדזערע טאַטעס‟, וווּ עס ווערט געוויזן דאָס לעבן פֿון פֿינף דײַטשישע יונגע־לײַט אין די יאָרן 1941—1945. ניקאָ האָפֿמאַן, דער פּראָדוסער, האָט דערקלערט, אַז איינע פֿון די סיבות, פֿאַרוואָס ער האָט באַשלאָסן צו שאַפֿן דעם פֿילם, איז געווען די מעשׂה פֿון זײַן אייגענעם טאַטן, וועלכער איז געגאַנגען פֿרײַוויליק דינען אין הילטערס אַרמיי, ווען ער איז געווען 18 יאָר אַלט.