אייראָפּעיִשע ייִדן אומצופֿרידן

29% of European Jews Consider Emigrating

אַ דעמאָנסטראַנט אין בודאַפּעשט האַלט אַ פּלאַקאַט, וואָס באַשולדיקט די נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטיי „יאָביק‟ אין פֿאַשיזם, בעת אַ פּראָטעסט דעם 4טן מײַ.
Getty Images
אַ דעמאָנסטראַנט אין בודאַפּעשט האַלט אַ פּלאַקאַט, וואָס באַשולדיקט די נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטיי „יאָביק‟ אין פֿאַשיזם, בעת אַ פּראָטעסט דעם 4טן מײַ.

פֿון ייִט״אַ

Published November 10, 2013, issue of December 06, 2013.

די „אַגענטור פֿאַר פֿונדאַמענטאַלע רעכט‟ בײַם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד האָט פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון אַן אויספֿרעג, לויט וועלכן כּמעט אַ דריטל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין אייראָפּע טראַכט אַוועקצופֿאָרן צוליב אַנטיסעמיטיזם. מאָרטען קיערום, דער דירעקטאָר פֿון דער אַגענטור, האָט דערקלערט, אַז 29 פּראָצענט פֿון די 5,847 אויסגעפֿרעגטע האָבן געזאָגט, אַז זײַענדיק ייִדן, פֿילן זיי זיך נישט זיכער אין זייערע לענדער. די פֿאָרשונג האָט אַרומגענומען שוועדן, פֿראַנקרײַך, בעלגיע, בריטאַניע, דײַטשלאַנד, איטאַליע, אונגערן, רומעניע און לעטלאַנד.

פֿרײַטיק, בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין ווין, האָט קיערום איבערגעגעבן, אַז דער העכסטער פּראָצענט פֿון אומצופֿרידנקייט — 48, 46 און 40 פּראָצענט — איז צווישן די אונגערישע, פֿראַנצויזישע און בעלגישע ייִדן. 34 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע באַטראַכטן די נישט־ייִדישע קריטיק פֿון ישׂראל ווי אַ פֿאָרעם פֿון אַנטיסעמיטיזם. די ציפֿער שיידט זיך אונטער אין פֿאַרשיידענע לענדער: 21 פּראָצענט אין שוועדן און 41 אין פֿראַנקרײַך.

כּמעט 90 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע דערקלערט, אַז די, וואָס האַלט די נישט ייִדן פֿאַר גוטע בירגער, זענען אַנטיסעמיטן. 76 פּראָצענט האָבן געטענהט, אַז אַנטיסעמיטיזם איז געשטיגן במשך פֿון די לעצטע 5 יאָר. בערך אַ פֿינפֿטל האָבן איבערגעגעבן, אַז במשך פֿון איין יאָר פֿאַרן אויספֿרעג האָבן זיי געליטן פֿון אַן אַנטיסעמיטישן אַקט אָדער אַליין געהערט אַרויסזאָגונגען קעגן ייִדן.

משה קאַנטאָר, דער פּרעזידענט פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟, האָט געזאָגט, אַז דער אויספֿרעג האָט אויפֿגעדעקט וויכטיקע פּראָבלעמען און גערופֿן די אייראָפּעיִשע רעגירונגען צו באַטראַכטן די רעזולטאַטן.