לינקע ירושה און ייִדישער צו־להכעיס

Legacy of the Left and Jewish Dissent


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published November 12, 2013, issue of December 06, 2013.

די ייִדישע קולטור־געשיכטע לױפֿט פֿאָרױס פּאַזע פֿאַרפּלאָנטערטע און צומאָל קרומע שליאַכן. אַ סימן פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה איז אַן איבערבראָך צװישן אײן דור און דעם אַנדערן. צומאָל װערט די גײַסטלעכע ירושה איבערגעגעבן ניט דירעקט פֿון עלטערן צו קינדער, נאָר איבער די קעפּ פֿון אײן אָדער צװײ דורות. צווישן די טרעגער פֿון דער דאָזיקער קריטישער טראַדיציע איז דער זשורנאַל „דיסענט‟, װאָס מערקט אָפּ הײַיאָר זײַן זעכציקסטן יובֿל.

אין תּוך גענומען איז „דיסענט‟ ניט קײן ייִדישער זשורנאַל, אָבער ער איז ממשיך די אַלטע ייִדישע טראַדיציע פֿון דער אומאָפּהענגיקער לינקער מחשבֿה. אײניקע אָבֿות זײַנע זײַנען שױן לאַנג אַװעק אין דער אײביקײט, װי למשל, יצחק־נחמן שטײנבערגס „פֿרײַע שריפֿטן פֿאַרן ייִדישן סאָציאַליסטישן געדאַנק‟, װאָס זײַנען דערשינען אין פּױלן פֿאַרן חורבן. „דיסענט‟ איז געגרינדעט געװאָרן אין 1954 דורך אַ גרופּע לינקע ניו־יאָרקער אינטעליגענטן, װאָס זײַנען אַנטױשט געװאָרן סײַ אין דער סאָװעטישער מאָדעל פֿון סאָציאַליזם און סײַ אין דער אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליסטישער װירקלעכקײט. זײ האָבן זיך אַװעקגעשטעלט צװישן צװײ װעלטן, און זײער קריטישער שטאַנד האָט בײַגעטראָגן צו די סאָציאַלע פּראָטעסטן פֿון די 1960ער יאָרן. אַלײן אָבער זײַנען זײ ניט געװען קײן ראַדיקאַלן.

עס איז מסתּמא ניט קײן צופֿאַל, אַז די 1950ער יאָרן זײַנען אױך געװען די צײַט, װען מען האָט זיך גענומען צו פֿאַרסך־הכּלען די ייִדישע ליטעראַרישע ירושה. בײדע פּראָיעקטן זײַנען געלעגן אין די הענט פֿון אײן מענטשן, דעם ליטעראַרישן קריטיקער אירװיבג האַו. די אַרבעט איבער דער ענגלישער אַנטאָלאָגיע „דער אוצר פֿון ייִדישע דערצײלונגען‟ האָט אים געהאָלפֿן, װי ער זאָגט אין זײַן אױטאָביאָגראַפֿיע, „צו פֿילן זיך באַקװעם מיט זיך אַלײן‟. אין אַ געװיסן זין האָט זײַן אַרבעט װי אַ רעדאַקטאָר פֿון „דיסענט‟ געהאַט אַן ענלעכע הײלעװדיקע פֿונקציע. ער איז פֿאַרבליבן לינק אין האַרצן, ער האָט אָבער ניט געמוזט פֿאָלגן װאָסער ניט איז פּאַרטײ־ליניע און פֿאַרטײדיקן װאָסער ניט איז פּאָליטיק. „דיסענט‟ באַהאַנדלט אַקטועלע ענינים, אָבער ער האַלט אונטער אַ געװיסע דיסטאַנץ פֿון דער אַקטועלער פּאָליטיק.

אַזאַ מין פּאָזיציע איז אַ גרױסע מעלה פֿון „דיסענט‟. דער זשורנאַל שטעלט פֿאָר פֿאַרשידענע שטאַנדפּונקטן אין אַ ברײטן לינק־ליבעראַלן דיאַפּאַזאָן און פֿאָדערט ניט קײן איינשטימיקײט. דאָס זעט מען בפֿירוש אין דער קריטיק־באַהאַנדלונג פֿון ישׂראל און ציוניזם. װי עס דערקלערט מײַקל װאַלזער, װאָס געהערט צום עלטערן דור פֿון די איצטיקע רעדאַקטאָרן, „הײַנט־צו־טאָג האָט אונדזער ייִדישקײט מער צו טאָן מיט אונדזער פּאָליטיק, אײדער אין די פֿריִערדיקע טעג‟. ער האַלט, אַז די קריטיק פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק מצד די ייִדישע לינקע איז אַזױ הײס און לײַדנשאַפֿטלעך דװקא דערפֿאַר, װאָס זײ פֿילן זיך צו טיף פֿאַרטאָן אין די דאָזיקע ענינים. „איך װיל, אַז דער אומקער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין דער געשיכטע און אין דער אומאָפּהענגיקער פּאָליטיק, זאָל פֿאָרקומען אױף אַ גוטן אופֿן‟ — דערקלערט װאַלזער זײַן שטאַנדפּונקט.

„דיסענט‟ קאָן מען אױף ייִדיש פֿאַרטײַטשן װי „אױף־צו־להכעיס‟. דאָס איז אַן אַלטע ייִדישע טראַדיציע, װאָס הײבט זיך אָן פֿון דער השׂכּלה, אױב ניט פֿריִער. און דער איצטיקער דור „דיסענטניקעס‟ ציט די דאָזיקע טראַדיציע װײַטער. אַ היפּש ביסל אױפֿמערק שענקט מען ניט בלויז די הײַנטיקע פּאָליטישע, עקאָנאָמישע אָדער סאָציאַלע דאגות, נאָר אױך דעם היסטאָרישן הינטערגרונט זײערן. מען דערמאָנט כּסדר די אָבֿותינו און די אָבֿות־אָבֿותינו פֿון די הײַנטיקע צו־להכעיסניקעס, פֿון קאַרל מאַרקס ביז אַלפֿרעד קײזין.

אָבער אײן זאַך בלײַבט אָן שינויים: „דיסענט‟ קוקט אױף דער װעלט דורכן ניו־יאָרקער שפּאַקטיװ. אַן אַרטיקל װעגן ישׂראל און ציוניזם הײבט זיך אָן אַזױ: „אױף אַ מסיבה אין מאַנהאַטן האָט מען דערמאָנט דאָס און יענץ …‟ ניו־יאָרק איז אַװדאי די ייִדישע הױפּט־שטאָט פֿון אַמעריקע, און „דיסענט‟ בלײַבט פֿאַרטאָן אין די ייִדישע ענינים און דאגות. אָבער דער עצם באַגריף פֿון ייִדישקײט האַלט אין אײן ענדערן זיך מיט דער צײַט. יעדער דור ניו־יאָרקער ייִדן דאַרף פֿון דאָס נײַ אױסגעפֿינען פֿאַר זיך, װאָס איז זײער טײַטש פֿונעם „פּינטעלע ייִד‟.

אַ מאָל איז דער ניו־יאָרקער נוסח ייִדישקײט געװען פֿאַרבונדן מיט װעלטלעכקײט, סאָציאַליזם און ייִדיש; דערנאָך איז ער געװאָרן פּאָליטיש פֿאַרטאָן אין ישׂראל און אין דעם קאַמף פֿאַר סאָװעטישע ייִדן; אין די 1960ער האָט מען זיך גענומען זוכן רוחניות אין די נײַע רעליגיעזע שיטות פֿון ייִדישקײט. הײַנט זײַנען אָט די אַלע אַלטע רעסורסן שױן כּמעט אױסגעשעפּט, און עס איז ניט קלאָר, װאָס צו טאָן װײַטער. עס דאַכט זיך אױך, אַז בהדרגה גײט די ניו־יאָרקער ליבעראַלע אינטעליגענץ אַװעק פֿונעם צענטער פֿון דער ייִדישער װעלטבינע. די אַלטע אידעען האָבן אָנגעװױרן זײער מאַגנעטישן כּוח און געװאָרן אַ מין שפּיל פֿאַר אַנשי־שלומנו. „דיסענט‟ האָט אַ רײַכע טראַדיציע פֿון קריטיק און אַ פֿײַנעם חוש פֿאַר היסטאָרישן אַנאַליז. די מחברים פֿונעם זשורנאַל זײַנען מומחים אױף כּלערלײ ענינים, פֿון דער גלאָבאַלער עקאָנאָמיע ביז צו די מינהגים פֿון די אַפֿריקאַנער שבֿטים.

עס איז אָבער דאָ אײן שבֿט, װאָס זײַן ירושה בלײַבט עד־היום קױם געפֿאָרשט: דאָס ניו־יאָרקער ייִדנטום מיט זײַן ייִדישער קולטור. װען דער יונגער דור ניו–יאָרקער „דיסענטניקעס‟ דערמאָנט ייִדיש, מײנט מען כּסדר די אַלטע הײם, דאָס שטעטל, דעם „פֿידלער אױפֿן דאַך‟, און ניט די װערק פֿון צענדליקער אַמעריקאַנער ייִדישער שרײַבער, דענקער, קינסטלער און זשורנאַליסטן. אין יענע װערק װעט מען אַװדאי ניט געפֿינען קײן פֿאַרטיקע ענטפֿערס אױף הײַנטיקע קשיאות, אָבער זײ קאָנען דערפֿרישן די איצטיקע װיכּוחים. דאָס האָט אַ מאָל גוט פֿאַרשטאַנען אירװינג האַו.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.