ישׂראל־קאָמאַנדע אין די פֿיליפּינען

Israeli Relief Team Arrives in the Philippines

פֿיליפּינער גייען איבער די חורבֿות מאָנטיק אין טאַקלאָבאַן
Getty Images
פֿיליפּינער גייען איבער די חורבֿות מאָנטיק אין טאַקלאָבאַן

פֿון ייִט״אַ

Published November 12, 2013, issue of December 06, 2013.

ירושלים. — אַ מאַנשאַפֿט פֿון מעדיצינישע פּראָפֿעסיאָנאַלן און טראַומאַ־ספּעציאַליסטן פֿון דער ישׂראלדיקער ראַטיר־אָרגאַניזאַציע IsraAid איז מאָנטיק אָנגעקומען אין די פֿיליפּינען, צו העלפֿן די אײַנוווינער פֿון די ערטער, וואָס זענען צום מערסטנס געשעדיקט געוואָרן פֿונעם שרעקלעכן טראָפּישן ציקלאָן „הײַוואַן‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק.

די קאָמאַנדע וועט זיך קאָנצענטרירן אויף די ערטער אין דער שטאָט טאַקלאָבאַן, אין לייטע. ביז סוף־וואָך דאַרף צוקומען אַ נאָך גרעסערע מאַנשאַפֿט צו העלפֿן מיט דער ראַטיר־אַרבעט. לויט די באַריכטן פֿון די אָרטיקע באַאַמטע, קאָן די צאָל טויטע דערגרייכן 10,000 נפֿשות. צום ווייניקסטן, אַ האַלבער מיליאָן מענטשן האָבן פֿאַרלוירן זייערע היימען.

דער אַמעריקאַנער „דזשוינט‟ האָט אָנגעהויבן זאַמלען געלט לטובֿת דער ראַטיר־אַרבעט.

לכתּחילה האָט מען געמיינט, אַז אַ 23־יאָריקע ישׂראלדיקע נורקע-טרענירערען, הגר קלײַן, וועלכע איז געווען אויף וואַקאַציע אינעם פֿיליפּינער אינדזל מאַלאַפּסקואַ, איז פֿאַרלוירן געגאַנגען אינעם שטורעם, ווײַל איר משפּחה האָט נישט געהערט פֿון איר זינט פֿרײַטיק. זונטיק פֿאַרטאָג האָט מען זי אָבער געפֿונען, אין אַ גוטן מצבֿ.

ס׳רובֿ ישׂראלים אין די פֿיליפּינען וווינען לעבן דער קרוינשטאָט מאַנילאַ, וואָס איז נישט שטאַרק געליטן פֿונעם ציקלאָן.

אַ צאָל פֿיליפּינער, וועלכע וווינען אין ישׂראל האָבן אויסגעדריקט זאָרג וועגן זייערע משפּחות אין די פֿיליפּינען, גיט איבער „האָרץ.‟ „איך ווייס נישט וואָס ס׳איז געשען מיט מײַן משפּחה, און איך זאָרג זיך זייער,‟ האָט באַמערקט עמאַ פֿערנאַנדאַ, וועלכע וווינט אין תּל־אָבֿיבֿ. „נישט בלויז מײַן מאַן, נאָר מײַנע קינדער, מײַן שוויגער און שוועגערין וווינען דאָרט. איך קען זיך נישט דערקלינגען צו זיי, ווײַל די טעלעפֿאָן־ליניעס זענען אָפּגעריסן געוואָרן.‟

טויזנטער פֿיליפּינער וווינען אין ישׂראל; ס׳רובֿ פֿון זיי — ווי אויפֿפּאַסערס פֿון עלטערע ייִדן.