פּרעשבורגער ייִדיש אין מאַנטשעסטער

Bratislavan Yiddish in Manchester

ייִדישע ווערטער אין דער פּרעשבורגער הגדה, געפֿונען צווישן דעם אַלטוואַרג דורך ביל פֿאָרעסט, אַ בריטישער ליציטאַציע־אָפּשאַצער
Youtube
ייִדישע ווערטער אין דער פּרעשבורגער הגדה, געפֿונען צווישן דעם אַלטוואַרג דורך ביל פֿאָרעסט, אַ בריטישער ליציטאַציע־אָפּשאַצער

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published November 13, 2013, issue of December 06, 2013.

די אַרבעט פֿון אַ סופֿר איז אַ קאָמפּליצירטע מלאָכה, וואָס פֿאָדערט אַ קאַליגראַפֿישע מײַסטערשאַפֿט און אַ פּרטימדיקע באַקאַנטשאַפֿט מיט הונדערטער און אַפֿילו טויזנטער ספּעציפֿישע הלכות. די סופֿרישע אַרבעט איבער אַ נײַער ספֿר-תּורה פֿאַרנעמט, בערך, אַ יאָר. צוליב דעם, קאָן נישט יעדע קליינע ייִדישע קהילה זיך דערלויבן צו קויפֿן אַ ספֿר־תּורה, וואָס קאָסט, געוויינטלעך, פֿון 30 ביז 60 טויזנט דאָלאַר, און עפֿענען אַן אייגענעם פֿולשטענדיקן מנין.

מע קען זיך אָבער געבן אַן עצה. מיט 13 יאָר צוריק, האָט די ליובאַוויטשער אָרגאַניזאַציע „FREE‟ אין ברײַטאָן־ביטש, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט רוסיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן, געבראַכט אַ שיינע נדבֿה פֿון פּעטערבורג, רוסלאַנד: אַ 200־יאָריקע אַלטע ספֿר־תּורה. די שיל האָט געזאַמלט 6 טויזנט דאָלאַר, כּדי עס צו פֿאַרריכטן. דער ניו־יאָרקער סופֿר יצחק רײַזמאַן לייגט פֿאָר אויף זײַן וועבזײַט אַ גאַנצע ריי רעסטאַוורירטע ספֿר־תּורות פֿאַר רעלאַטיוו־נידעריקע פּרײַזן, אַרײַנגערעכנט אַ „טיפּישע אַשכּנזישע תּורה, בערך 350—400 יאָר אַלט‟. עס באַקומט זיך, אַז 300־יאָריקע ספֿר-תּורות זענען לאוו־דווקא אַ טײַערע סחורה.

לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן, אַז אַ סופֿר האָט מיט 300 יאָר צוריק אָנגעשריבן אַ האַנטשריפֿטלעכן ספֿר אויף ייִדיש. פֿונעם טראַדיציאָנעלן פֿרומען קוקווינקל, האָט אַזאַ שאַפֿונג בלויז אַ דעקאָראַטיווע ווערט, און אין דער נישט־ייִדישער וועלט קאָן זי אַרויסרופֿן אַ סענסאַציע צוליב דעם טײַערן פּרײַז פֿונעם זעלטענעם געפֿינס. צום באַדויערן, זענען ווייניק מענטש הײַנט פֿאַראינטערעסירט אין דער קולטורעלער און היסטאָרישער ווערט פֿון אַזאַ ספֿר.

מיט 300 יאָר צוריק האָט בײַ ייִדן געבליט אַ פֿאַרשיידנאַרטיקע גײַסטיקע און אינטעלעקטועלע קולטור, אין וועלכער עס שפּיגלען זיך אָפּ פֿאַרבינדונגען מיט די אַלגעמיינע אייראָפּעיִשע קונסט־טראַדיציעס. ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז ייִדן האָבן אויך ממשותדיק משפּיע געווען אויף זייערע קריסטלעכע שכנים. למשל, גאָטפֿריד לײַבניץ, דער גרויסער דײַטשישער וויסנשאַפֿטלער און פֿילאָסאָף, האָט אַקטיוו שטודירט קבלה. זײַן מיטצײַטלער ניוטאָן, וועלכער האָט אויך כּסדר געלייענט מיסטישע ייִדישע טעקסטן, איז געווען נענטער צו דער ראַציאָנעלער פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם רמב״ם. אַ טייל היסטאָריקער גלייבן, אַז אין די עראָטיש־ראָמאַנטישע געדאַנקען פֿונעם ענגלישן פּאָעט וויליאַם בלייק פֿילט זיך אַ השפּעה פֿון די פֿראַנקיסטן. בקיצור, איז דאָס 18טע יאָרהונדערט געווען אַ תּקופֿה פֿון אַן אינטענסיוון ייִדיש־קריסטלעכן קולטור־פֿאַרקער.

מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָט ביל פֿאָרעסט, אַ בריטישער ליציטאַציע־אָפּשאַצער, אַנטדעקט צווישן דעם גאַראַזש־אַלטוואַרג אין אַ הויז, וווּ עס האָט פֿריִער געוווינט אַ פֿאַרשטאָרבן ייִדיש פּאָרפֿאָלק, אַ גוט־אָפּגעהיטן ייִדישן כּתבֿ־יד פֿון אָנהייב 18טן יאָרהונדערט. די מעשׂה איז געשען אין דער שטאָט בערי, אַ פֿאָרשטאָט פֿון מאַנטשעסטער. ווען דאָס אַלטע פּאָרפֿאָלק איז ניפֿטר געוואָרן, איז דער אָפּשאַצער געקומען צו באַקוקן דאָס אַלטוואַרג און האָט זיך פּלוצעם אָנגעשטויסן אויפֿן מיסטעריעזן בוך, וואָס איז געלעגן אין אַ קאַרטאָן־שאַכטל. סוף נאָוועמבער פּלאַנירט מען צו פֿאַרקויפֿן דעם דאָזיקן מאַנוסקריפּט אויף אַ ליציטאַציע פֿאַר אַ גרויסער סומע געלט — פֿון 100,000 ביז 500,000 פֿונט.

דער כּתבֿ־יד אויף 20 פּאַרמעט־בלעטער איז אַן אַלטע הגדה מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס — אַן עכט קונסט־ווערק. פֿון די אותיות אויפֿן שער־בלאַט באַקומט זיך בגימטריא די דאַטע, ווען דער ספֿר איז געשאַפֿן געוואָרן: דאָס יאָר תּפֿ״ז אָדער 1726—1727. עס שטייט אויך דאָס פּלאַץ: פּרעשבורג. באַקאַנט הײַנט ווי בראַטיסלאַווע, די הויפּט־שטאָט פֿון סלאָוואַקײַ, איז די דאָזיקע שטאָט געווען אין יענער צײַט אַ גרויסער ייִדישער צענטער. דער שטח פֿון דער הײַנטיקער טשעכיע און סלאָוואַקײַ איז געווען אַ פֿרוכטבאַרער באָדן פֿאַרן דערמאָנטן ייִדיש־אייראָפּעיִשן קולטור־סינטעז. דער מחבר האָט געהייסן אַהרן־וואָלף הערלינגער — אַ באַקאַנטער סופֿר און קינסטלער פֿון געוויש, טשעכיע. מע איז זיך משער, אַז ער האָט, בסך־הכּל, געשאַפֿן פֿאַר ייִדישע עשירים 40—50 אַזעלכע האַנט־אילוסטרירטע הגדות.

די עקספּערטן זענען משער, אַז די ייִדישע משפּחה, וועלכע האָט פֿריִער געוווינט אינעם הויז, האָט אַרויסגעשמוגלט דעם כּתבֿ־יד פֿון בעלגיע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. הרבֿ יהודה ברוידע, אַ דיין פֿונעם מאַנטשעסטערער בית־דין, האָט באַמערקט אין אַ שמועס מיט „BBC‟, אַז אין די אַלטע הגדה־אילוסטראַציעס ווערן די ייִדן זייער אָפֿט געשלידערט נישט ווי די אוראַלטע מיצרישע שקלאַפֿן, נאָר ווי טיפּישע פֿאָרשטייער פֿון דער אָרטיקער קהילה. דערפֿאַר, דערקלערט ער, זעען אויס די העלדן פֿונעם פּרעשבורגער כּתבֿ־יד ווי אייראָפּעער. אויף וויפֿל מע זעט אין זײַן שמועס מיטן נײַעס־קאַנאַל, האָט אים דאָס געפֿינס פֿאַראינטערעסירט בלויז ווי אַ טשיקאַווע זעלטנקייט.

די נײַעס וועגן דעם געפֿינס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אויף פֿאַרשיידענע ייִדישע און נישט־ייִדישע וועבזײַטן. אַלע זשורנאַליסטן האָבן געשטעלט דעם אַקצענט בלויז אויף דעם הויכן מאַרק־פּרײַז פֿונעם כּתבֿ־יד. ס׳איז נישט קיין חידוש. ווי געזאָגט, אַפֿילו פֿאַר אַ פֿרומען ייִד האָט אַזאַ פּאַרמעט־ספֿר בלויז אַ קונסט־ווערט, אין פֿאַרגלײַך מיט אַ ספֿר־תּורה אָדער אַ מגילת־אסתּר. מיט כּמעט 300 יאָר צוריק, ווען דער דערמאָנטער סופֿר, באַקאַנט ווי אַהרן שרײַבער, האָט עס געשאַפֿן, איז עס אויך געווען אַ זעלטנקייט. בלויז אַ קליינע צאָל גאָר רײַכע יחידים האָבן געקאָנט באַשטעלן פֿאַר זיך אַזאַ לוסקוס־הגדה.

ראָנאַלד אַרקעל, דער פֿאַרטרעט־רעדאַקטאָר פֿון דער בריטישער „Antiques Trade Gazette‟ („די צײַטונג פֿון אַנטיק־האַנדל‟), איז זיך משער, אַז די הגדה איז געשאַפֿן געוואָרן לכּבֿוד דעם געבורט פֿון עמנואל־מענדל אָפּענהיימער, אַ מיטגליד פֿון אַ באַקאַנטער גבֿירישער משפּחה. זײַן נאָענטער קרובֿ, שמואל אָפּענהיימער, איז געווען אַ רײַכער באַנקיר און דיפּלאָמאַט, אַ גוטער פֿרײַנד פֿון לעאָפּאָלד דעם ערשטן, דער קיניג פֿון דער „הייליקער רוימישער אימפּעריע‟. זײַן אייניקל, יעקבֿ־וואָלף אָפּענהיימער, איז געווען דער „רבי‟ פֿון מאיר־אַנשל ראָטשילד, דער גרינדער פֿון דער באַרימטער עשירים־דינאַסטיע.

לכל־הפּחות, ווײַזט דער מחבר פֿונעם דערמאָנטן אַרטיקל אין דער ספּעציעלער צײַטונג אַרויס אַ גוטע קענטעניש מיט דער געשיכטע פֿון טײַערע ייִדישע כּתבֿ־ידן. ער דערקלערט, אַז אָנהייב דעם 18טן יאָרהונדערט האָט זיך אין ווין פֿאַרשפּרייט די מאָדע צו שאַפֿן אַזעלכע קונסט־ווערק. אַנשטאָט צו קויפֿן געוויינטלעכע געדרוקטע ספֿרים, זענען אַ טייל גבֿירים געווען בעלנים אויף פּערזענלעכע כּמו־מיטל־עלטערלעכע מאַנוסקריפּטן. אַרקעל גיט צו, אַז אין באָסטאָן קלײַבט מען זיך איצט צו פֿאַרקויפֿן אַן אַנדער אילוסטרירטע הגדה פֿונעם זעלבן אַהרן הערלינגער, געשאַפֿן אינעם יאָר 1735.

האָט כאָטש עפּעס אַ נײַעס־קוואַל געזאָגט אַ וואָרט וועגן דעם כּתבֿ־יד גופֿא? גאָלע גאָרנישט. ס׳זעט אויס, אַז דאָס געלט אינטערעסירט ס‘רוב לייענער און שרײַבער מער, ווי די קולטורעלע אָדער היסטאָרישע פּרטים פֿונעם געפֿינס. עס קאָן אָבער זײַן, אַז דווקא עם־הארצות האָט געשפּילט אַ פּאַראַדאָקסאַלע ראָלע אינעם אויפֿקום פֿונעם אומגעוויינטלעכן ייִדישן בוך.

די מיטגלידער פֿון אַזעלכע משפּחות, ווי אָפּענהיימערס און ראָטשילדס, האָבן געגעבן גרויסע נדבֿות פֿאַר שילן און ישיבֿות. אַליין זענען אָבער, על־פּי־רובֿ, נישט געווען קיין גרויסע תּלמידי־חכמים. די אַסימילאַציע און עם־הארצות האָט געבראַכט צו דעם, אַז איינער פֿון שמואל אָפּענהיימערס אייניקלעך איז געווען, פֿון דער מאַמעס צד, דער באַרימטער קאָמפּאָזיטאָר פֿעליקס מענדעלסאָן, אַ ייִדיש־שטאַמיקער קריסט־פּראָטעסטאַנט. עס וואַרפֿט זיך אין די אויגן, ווען מע קוקט דעם קורצן רעפּאָרטאַזש פֿון „BBC‟ אויפֿן „יוטוב‟, אַז די פּרעשבורגער הגדה איז באַגלייט מיט אַ פּרעכטיקן קאַלעגראַפֿישן עבֿרי־טײַטש:

מיט 300 יאָר צוריק, זענען ספֿרים מיט עבֿרי־טײַטש געווען פּאָפּולער צווישן פֿרויען און עם־הארצים. ס׳קאָן זײַן, אַז דער עושר האָט שוואַך געקענט לשון־קודש, און דערפֿאַר געבעטן דעם סופֿר צו באַגלייטן די לוסקוס־הגדה מיט אַ הסבר אויף פּשוטער אומגאַנג־שפּראַך.

במשך פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, האָבן ס׳רובֿ ייִדן אין מערבֿ־ און צענטראַל־אייראָפּע פֿאַרגעסן ייִדיש און אָנגעהויבן רעדן דײַטש, ווי אַ סימן פֿון דער אַלגעמיינער אַסימילאַציע. דער הגדה־קאָמענטאַר איז אָנגעשריבן אויף אַ מערבֿדיקן דיאַלעקט פֿון ייִדיש, וואָס אין יענער צײַט איז נאָך געבליבן דאָס מאַמע־לשון פֿון די פּרעשבורגער ייִדן. דער מחבר דערקלערט, צום בײַשפּיל: „נעם פֿון די דריטע מצה און עס מיט קריין, און זאָג: כּן עשׂה הלל‟. צוליב דעם, וואָס אַהרן שרײַבערס האַנטשריפֿטלעכע הגדות זענען געשאַפֿן געוואָרן אין דער קריטישער תּקופֿה, ווען די מערבֿ־ייִדישע ליטעראַטור האָט געהאַלטן בײַם אונטערגיין, זענען אַזעלכע ייִדישע טעקסטן באַזונדערס וויכטיק. עס באַקומט זיך, אַז, אויב מײַן השערה איז ריכטיק, קאָן עם־הארצות צומאָל אויך אינספּירירן קונסט. עס ווילט זיך אָבער האָפֿן, אַז אַזעלכע האַנטשריפֿלעכע ווערק וועלן אָפּגעשאַצט און אַנאַליזירט ווערן, ווי געהעריק, און נישט בלײַבן בלויז אַן עם־הארצישע סענסאַציע פֿון אַ פּלוצעם־געפֿונענעם געלט־אוצר.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.