‏Forward־רשימה פֿון 50

The Forward 50

Published November 14, 2013, issue of December 06, 2013.

הײַנט שרײַבן מיר ווײַטער וועגן די פּערזענלעכקייטן, וואָס דער Forward האָט זיי אַרײַנגערעכנט אין דער הײַיאָריקער ליסטע פֿון 50 פּראָמינענטסטע ייִדן. צוויי כּלל־טוער — אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים — האָבן ביידע געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם ייִדישן קהילה־לעבן: סטאַרבאָק באָלנער און דזשאָן ראָסקי.

סטאַרבאָק באָלנער

‏Courtesy of Nechama

ווען דער Forward האָט דערציילט, מיט אַ יאָר צוריק, וועגן די פֿאַרפֿלייצטע הײַזער, צעשעדיקטע סקלאַדן און אײַנגעבראָכענע ווענט פֿון די שילן, געליטן פֿונעם הוראַגאַן „סענדי‟, האָט די צײַטונג הויך אָפּגעשאַצט די אַרבעט פֿון די פֿרײַוויליקע ראַטירער און העלפֿער.

דער 27־יאָריקער סטאַרבאָק באָלנער איז געווען איינער פֿון אַזעלכע וואָלונטירן, וועלכער האָט געדינט ווי דער אָפּעראַטיווער און אַדמיניסטראַטיווער קאָאָרדינאַטאָר פֿון דער ייִדישער אָרגאַניזאַציע „נחמה‟, וואָס העלפֿט די געליטענע פֿון קאַטאַסטראָפֿעס.

„נחמה‟ איז אַ קליינע נישט־קאָמערציעלע גרופּע מיטן צענטער אינעם שטאַט מינעסאָטע. במשך פֿון די לעצטע יאָרן, האָט זי, דער עיקר, געהאָלפֿן די קרבנות פֿון פֿאַרפֿלייצונגען אינעם מיטל־מערבֿדיקן ראַיאָן. גלײַך נאָכן הוראַגאַן, האָט זי אָבער געשיקט אירע העלפֿער אויף מיזרח.

סטייסי איגער־ליוויט, די פּרעזידענטין פֿונעם ייִדישן צענטער אין דרום־באָלדווין, לאָנג־אײַלענד, האָט מורא געהאַט, אַז נאָכן גרויסן היזק, אויף אַ סומע פֿון מער ווי 100,000 דאָלאַר, וועט איר בנין מוזן פֿאַרמאַכט ווערן. אַ דאַנק „נחמה‟, האָט מען געקאָנט עפֿענען דעם צענטער מיט עטלעכע וואָכן אַרום נאָכן הוגאַראַן.

דזשאָן ראָסקי

Getty Images

במשך פֿון 15 יאָר, האָט דזשאָן ראָסקי אָנגעפֿירט מיט דער ניו־יאָרקער „UJA‟־פֿעדעראַציע. נישט לאַנג צוריק, האָט דער 67־יאָריקער כּלל־טוער איבערגעגעבן, אַז אינעם קומענדיקן יאָר קלײַבט ער זיך צו פּענסיאָנירן. נישט געקוקט אויפֿן שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ, האָט די אָרגאַניזאַציע, אונטער זײַן פֿירערשאַפֿט, געזאַמלט 2.7 מיליאַרד דאָלאַר. דאָס געלט האָט געהאָלפֿן אַ סך ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין דער געגנט און דערמעגלעכט צו שטיצן פֿאַרשיידענע פּראָגראַמען.

ראָסקי האָט אָנגעהויבן אָנפֿירן מיט דער פֿעדעראַציע אין 1993. פֿריִער, האָט ער באַקומען אַ דאָקטאָראַט פֿון פּאָליטישער וויסנשאַפֿט אינעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, און געאַרבעט אין דער אָרגאַניזאַציע „ברירה‟, וועלכער האָט געהאָלפֿן צו פֿאַרבעסערן די באַציִונג צווישן די ישׂראלים און פּאַלעסטינער נאָך דער יום־כּיפּור־מלחמה. אין זײַן שמועס מיטן Forward „פֿאָרווערטס‟, מיט אַ האַלב יאָר צוריק, האָט ראָסקי איבערגעגעבן, אַז זײַן אַרבעט אין דער פֿעדעראַציע איז געווען „אַ וווּנדערלעכע נסיעה‟.