קאָן מען פֿאַרבעסערן די אַמעריקאַנער געזונט־סיסטעם?

A Better American Health Insurance System

ד״ר מאַרטין גיינאָר
ד״ר מאַרטין גיינאָר

פֿון שלום בערגער

Published November 14, 2013, issue of December 06, 2013.

דער ניוואָ פֿון די אַמעריקאַנער געזונט־באַדינונגען איז בעסער פֿון פֿריִער, אָבער דער „פֿאָרווערטס‟ האָט לעצטנס דורכגעפֿירט אַן אינטערוויו מיט ד”ר מאַרטין גײנאָר, אַ ייִדישער פּראָפֿעסאָר פֿון עקאָנאָמיע, קאַרנעגי-מעלאָן אוניװערסיטעט, און דירעקטאָר פֿון ביוראָ פֿון עקאָנאָמיע בײַ דער פֿעדעראַלער האַנדל-קאָמיסיע (Federal Trade Commission) אין שײַכות מיט דער אַמעריקאַנער געזונט־סיסטעם. *


קענט איר אונדז איבערגעבן עפּעס װעגן זיך אַלײן, אײַער אַקאַדעמישער געשיכטע און אַײַער װעג צו ייִדיש?

איך בין אַן עקאָנאָמיקער בײַ קאַרנעגי מעלאָן אוניװערסיטעט ‪(‬Carnegie Mellon‪)‬ אין פּיטסבורג, פּענסילװײניע. אַיך האַלט דאָרט די קאַטעדרע אין עקאָנאָמיע און געזונט-פּאָליטיק ‪(‬Economics and Health Policy‪)‬ אויפֿן נאָמען פֿון ע.ג. באַראָן. איך בין דאָ אַ פּראָפֿעסאָר זינט 1995. שױן 30 יאָר װי איך שטודיר און פֿאָרש די געזונט-עקאָנאָמיק.

מײַנע עלטערן פֿאַרשטײען און רעדן יִידיש און פֿלעגן רעדן ייִדיש אין דער הײם. שפּעטער האָב איך אַלײן זיך אויסגעלערנט רעדן און לײענען, אַ סך פֿונעם „פֿאָרװערטס‟!

לעצטנס זײַט איר געװען אין ישׂראל. װאָס האָט איר דאָרט געטאָן?

דער עקאָנאָמיע‪-‬אָפּטײל פֿון דעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים האָט מיך אײַנגעלאַדן צו קומען צו גאַסט און האַלטן אַ רעדע. איך בין אויכעט געווען צו גאַסט בײַ מײַן משפּחה. װאָס קען דער אַמעריקאַנער אָפּלערנען פֿון דער ישׂראל-געזונט-סיסטעם?

עס איז זײער אינטערעסאַנט. מדינת־ישראל גיט אויס 7‪.‬8% פֿון זײַן נאַציאָנאַלע-הכנסה‬ אויף געזונט, אַ סך װײניקער פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן (18%), קאַנאַדע (11%), פֿראַנקרײַך (12%), דײַטשלאַנד (11%), האָלאַנד (12%), שװעדיע (10%) אָדער יאַפּאַן (10%), אָבער דער אַריכות-ימים-שאַץ‬ איז אין ישׂראל גרעסער פֿון די אַלע לענדער, חוץ יאַפּאַן. די זײג-שטאַרביקײט איז אײנע פֿון די נידעריקסטע אין דער װעלט, און אַ סך נידעריקער פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן (3‪.‬5 קעגן 6‪.‬1 פּטירות אַ 1,000 געבורטן). די סיבה שטעקט אין דעם, װאָס די רעגירונג האָט אינװעסטירט אַ סך רעסורסן אין געזונט פֿאַר טראָגעדיקע פֿרויען זײער פֿרי אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישראל. ס’איז נישטאָ קײן ענלעכע סיסטעם אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. געזונט-הוצאות זײַנען נידעריקער (פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן) צום טײל, װײַל די דאָקטױרים פֿאַרדינען אַ סך װײניקער פֿון די דאָקטױרים אין אַמעריקע.

װי אַזױ קוקן די ישׂראל-געזונט-עקאָנאָמיקער אױף דער אַמעריקאַנער סיסטעם?

באמת, װײס איך נישט. איך האָב גערעדט אַ סך אויף עקאָנאָמישע טעמעס מיט די ישׂראלדיקע עקאָנאָמיסטן, אָבער מיר האָבן נישט גערעדט װעגן דער אַמעריקאַנער סיסטעם. אין אַלגעמײן, מײנט דאָס רובֿ מבֿינים, חוץ אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, אַז די אַמעריקאַנער געזונט-סיסטעם האָט גרויסע פּראָבלעמען. למשל, פֿאַר אַ טײל אַמעריקאַנער איז די קװאַליטעט פֿון געזונט-באַדינונג אױסגעצײכנט, נאָר אַ סך האָבן נישט קײן פֿאַרזיכערונג בכלל. און די הוצאות פֿון די אַמעריקאַנער געזונט-סיסטעם זײַנען אַ סך העכער װי אין אַנדערע לענדער.

פֿאַר װאָס נעמט די געזונט־סיסטעם אַזױ פֿיל הוצאות פֿון דער אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע?

מע דאַרף פֿאַרשטײן, אַז אויסגעבן אַ סך געלט פֿאַר געזונט-באַדינונגען איז לאוו-דווקא שלעכט. דער ניוואָ פֿון געזונט-באַדינונגען איז געשטיגן און איז בעסער פֿון פֿריִער. דאָס אַריכות-ימים איז איצט לענגער, די שטאַרביקײט פֿון האַרץ-קראַנקײט און ראַק איז געפֿאַלן; אויב מע האָט אַ שלעכטע לינדז אין אויג, צי אַ שלעכטע קני אָדער היפֿט, קען מען דאָס פֿאַרבײַטן אויף קינסטלעכע סובסטיטוטן. די ווערט פֿון די דאָזיקע זאַכן שטײַגט, איז נאַטירלעך מע גיט אויף דעם אַזוי פֿיל אויס.

די געזונט-הוצאות וואַקסן אָבער אָן אַ מאָס, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע אינדוסטריעס אין לאַנד. אַז מע רעכנט אויס וויפֿל ס’איז געשטיגן די הכנסה פֿון אַ משפּחה אין פֿאַרגלײַך מיט 10 יאָר צוריק, באַקומט זיך, אַז דער גאַנצער וווּקס איז אײַנגעשלונגען געוואָרן, אין אַלגעמיין, פֿון געזונט-הוצאות. די רעגירונג־הוצאות פֿון געזונט-באַדינונגען זײַנען געשטיגן צוויי מאָל גיכער, ווי די נאַציאָנאַלע הכנסה. הייסט עס, אַז מיר זײַנען באַלד ניט פֿעיִק צו דעקן די קאָסטן. דאָס איז אַן ערנצטע פּראָבלעם.

װי אַזױ קען מען דאָס בײַטן?

עס איז קאָמפּליצירט און שװער. ס’איז נישטאָ קיין גרינגער װעג, און נישטאָ קיין אײנציקער װעג. די עקאָנאָמיסטן און געזונט-פּאָליטיק-אַנאַליטיקער האַלטן בײַ אַ סך פֿאַרשידענע מיינונגען װעגן דעם. איך האַלט, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אַ פּאָר זאַכן, וואָס מיר קענען טאָן.

ערשטנס, זאָל מען נעמען שטײַערן בײַ די אַרבעטער פֿאַר זייער געזונט־פֿאַרזיכערונג. הײַנט צאָלן די אַרבעטער גאָר ניט קיין שטײַער אויף געזונט-פֿאַרזיכערונג דורך די אַרבעט-געבערס; און דערפֿאַר ניצט מען מער און מע גיט אויס מער געזונט-הוצאות. צוליב דעם ווערט די געזונט-פֿאַרזיכערונג צו טײַער פֿאַר אַ טייל מענטשן. צווייטנס, זאָל מען יעדן אַמעריקאַנער בירגער פֿאַרשרײַבן אין אַ סטאַנדאַרטיזירטן, גרונטיקן פֿאַרזיכערונג-פּלאַן, מע זאָל מער פֿאַרשפּרייטן די ריזיקעס פֿון אַזעלכע פּלענער צווישן אַ גרעסערער צאָל אַמעריקאַנער. די פֿאַרזיכערונג-מערק פֿונקציאָנירן, צום בעסטן, ווען וואָס מער מענטשן טיילן זיך מיט אַזאַ ריזיקע. דריטנס, זאָל די גאַנצע הכנסה פֿאַר דער רעגירונג, וואָס מעג גענוצט ווערן לטובֿת געזונטצוועקן, קומען פֿון אַ ספעציפֿישן צוגאָב-שטײַער (value added tax). אַזוי אַרום וועלן די הוצאות פֿון דער אַמעריקאַנער געזונט-סיסטעם ווערן דורכזעעוודיק, ווערטיק, און גרייט צו אַן אָפֿענער קאָנקורענץ. די קאָנקורענץ דערפֿירט דאָך צו העכערער קוואַליטעט, בעסערער דינסט, און מער נאָוואַטרישקייט אין דער געזונט-סיסטעם.

װי אַ געזונט-עקאָנאָמיסט, באַמערקט איר טשיקאַװעסן, װען איר גײט צום דאָקטער, װאָס אַנדערע באַמערקן נישט?

מערסטנס, בין איך אַ נאָרמאָלער פּאַציענט. מסתּמא, באַמערק איך אַ ביסל מער פֿון ס’רוב מענטשן.

נאָך אַ פֿראַגע פֿאַלט מיר אײַן: צי איז פֿאַראַן אַ באַזונדערש „ייִדישלעכער‟ צוגאַנג צו די פֿראַגעס פֿון געזונט-עקאָנאָמיע?

אַװדאי. למשל, מע לערנט אָפּ פֿון דער ייִדישער טראַדיציע צו פֿאָדערן, אַז אַלע מענטשן זאָלן האָבן געזונט-פֿאַרזיכערונג, און צו העלפֿן די אָרעמע-לײַט באַקומען זי. יעדער ווייסט, אַז מ’איז מחויבֿ על-פּי־הלכה אַליין אָפּצוהיטן דאָס געזונט און לאָזן זיך באַהאַנדלען, ווען מע ווערט קראַנק. דערצו ווייסן מיר, אַז ס’איז פֿאַראַן אַ געוויסע אַחריות לטובֿת דעם כּלל. אויב איינער איז ניט בכּוח זיך אַליין צו לאָזן באַהאַנדלען, מוזן מיר אים העלפֿן. לויט אַזאַ כּלל-אַחריות, מוזן מיר אויך זען צו העלפֿן יעדן אָפּצוהיטן דאָס געזונט מיטן גלײַכן צוטריט צו געזונט-פֿאַרזיכערונג. דאָס שטיצן אַן אַלגעמיינעם פֿאַרזיכערונג-פּלאַן, פֿילט אויס אונדזער חובֿ פֿאַר דער געזעלשאַפֿט, לויט דער ייִדישער טראַדיציע.


  • די אויסגעדריקטע מיינונגען פֿון ד”ר מאַרטין גײנאָר האָבן ניט קיין שײַכות צו דער פֿעדעראַלער האַנדל-קאָמיסיע אָדער די קאָמיסיאָנערן.