נײַע קולטורעלע פּראָגראַמען פֿאַר יונגע

New Series of Cultural Programs for Young People


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published November 15, 2013, issue of December 06, 2013.

אין 2013 האָט דער ייִדישער ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, אָנגעהויבן אַן אַמביציעזע נײַע סעריע פּראָגראַמען מיטן ציל צו געבן יונגע ייִדן אַ געלעגנהייט זיך צו דערנענטערן צו פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור. די אומזיסטע פּראָגראַם, מיטן נאָמען „Tent‟ (געצעלט), ברענגט צונויף 20 יונגע־לײַט אויף אַ וואָך, כּדי זיך צו לערנען אַ געוויסע טעמע אויף אַן אינטענסיוון אופֿן. די אָנטייל־נעמער גייען אויף לעקציעס און פֿאָרשטעלונגען, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער טעמע און טרעפֿן זיך מיט עקספּערטן אין דעם געביט. אין דער זעלביקער צײַט לערנט מען מיט זיי וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן דער טעמע און דער מאָדערנער ייִדישער קולטור.

די ערשטע דרײַ „Tent‟־פּראָגראַמען זענען געווען: “קאָמעדיע”, אין מאַרץ, אין לאָס אַנדזשעלעס; „שעפֿעריש שרײַבן‟ (בל׳׳עז Creative Writing) — בײַם ייִדישן ביכער־צענטער אין יוני; און “טעאַטער” — אין ניו־יאָרק אין אויגוסט.

אין דער פּראָגראַם „שעפֿעריש שרײַבן‟, האָבן די באַטייליקטע יעדן טאָג געלייענט מעשׂיות פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, ווי אויך ווערק אויף ייִדישע טעמעס, געשריבן אויף אַנדערע שפּראַכן. אין די נאָכמיטאָג־שעהן האָבן די אָנטייל־נעמער געאַרבעט אויף זייערע אייגענע דערציילונגען מיט פּראָפֿעסיאָנעלע שרײַבער. אין אָוונט זענען זיי געפֿאָרן אויף פֿאָרלייענוגען אָדער טרעפֿונגען מיט ליטעראַרישע אַגענטן אָדער פֿאַרלעגער. בײַ נאַכט האָבן זיי פֿאַרבראַכט צוזאַמען אין די סטודענטישע אינטערנאַטן און זיך באַפֿרײַנדעט.

ד׳׳ר דזשאָש לאַמבערט
ד׳׳ר דזשאָש לאַמבערט

„דאָס אַרבעטן בשותּפֿות אויף פּראָיעקטן און וווינען צוזאַמען, איז געווען אַ בכּיוונדיקע זאַך‟, — האָט איבערגעגעבן ד׳׳ר דזשאָש לאַמבערט, דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. „דער עיקר־געדאַנק פֿון ׳Tent׳ איז, אַז מיר זאָלן צוזאַמענברענגען מענטשן. און דאָס פֿאַרברענגען אַ גאַנצע וואָך צוזאַמען האָט געהאַט דערמעגלעכט די אָנטייל־נעמער אָנצוקניפּן נעענטערע באַציִונגען איינער מיטן צווייטן. נאָך דער פּראָגראַם בלײַבן די פֿאַרבינדונג ווי סאָציאַלע נעצן. דאָס זעט מען נישט, ווען אַ פּראָגראַם דויערט בלויז אַ טאָג־צוויי‟.

דער אָנהייב פֿון „Tent‟ קומט אַרויס פֿון מײַקל סטיינהאַרט, אַ גרויסער בעל־צדקה און איינער פֿון די גרינדער פֿונעם באַקאַנטן פּראָגראַם Birthright (געבורטס־רעכט), וועלכער האָט יאָרן לאַנג גערעדט מיט אַהרן לאַנסקי, דער פּרעזידענט און גרינדער פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער, וועגן דעם, אַז דער ייִדישער ביכער־צענטער זאָל זיך דערנענטערן צו די יונגע אומאַפֿיליִיִרטע ייִדן.

ד׳׳ר לאַמבערט האָט פֿאָרגעלייגט, אַז מע זאָל שאַפֿן פּראָגראַמען, וואָס פֿאַרבינדן די וועלטלעכע ייִדישע קולטור מיט דער טאָג־טעגלעכער אַרבעט פֿונעם מענטש. “Birthright האָט געשאַפֿן דאָס געפֿיל בײַ אַ סך יונגע־לײַט, אַז ייִדישקייט איז זיי וויכטיק, אַז עס האָט אַ ממשותדיקן באַטײַט‟, — האָט ד׳׳ר לאַמבערט דערקלערט. — „די פּראָגראַם איז דאָך גאָר עפֿעקטיוו; אָבער Birthright האָט דאָס געטאָן אין אַ באַזונדערער סבֿיבֿה, אָפּגעריסן פֿונעם נאָרמאַלן לעבן פֿון די אָנטייל־נעמערס. ׳Tent׳, אַנטקעגן, שאַפֿט אַ ייִדישע איבערלעבונג, וואָס איז געקניפּט און געבונדן מיט דעם וואָס מע טוט שוין. עס שאַפֿט אַ געפֿיל פֿון אַוואַנטורע אַרום ייִדישקייט און אויך פֿון דעם, וואָס מע טוט, געוויינטלעך, אין אַ נאָרמאַלן טאָג. עס שאַפֿט אַ קהילה אין אַ קאָלאַבאָראַטיוון פֿעלד; און מענטשן זעען פֿאַרבינדונגען צווישן דעם וואָס זיי טוען שוין לשם זייער אייגענעם אינטערעס, מיט דער ייִדישער קולטור, וואָס פֿריִער זענען זיי ניט געווען מיט איר ספּעציעל פֿאַרבונדן.‟

אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס פֿאַרנעמט זיך Tent דווקא מיט דער הײַנטצײַטיקער וועלטלעכער ייִדישער קולטור, האָט ד׳׳ר לאַמבערט דערקלערט, אַז ס‘האָט זיך שטאַרק געלייגט אויפֿן שׂכל, ווײַל „ס‘זענען שוין דאָ אומעטום גוטע געלעגנהייטן זיך צו פֿאַרטיפֿן אין דער ייִדישער רעליגיע אָדער אין אַ סך פֿאַרשיידנאַרטיקע ייִדישע פּאָליטישע סבֿיבֿות. אָבער פֿאַר ס‘רובֿ ייִדן איז דער קולטורעלער טייל פֿון ייִדישקייט דער צוטריטלעכסטער. אין דער זעלביקער צײַט, זענען ניטאָ גענוג פּראָגראַמען און עס פֿעלט אויס אַן אינסטיטוציאָנעלע שטיצע.‟

ד׳׳ר לאַמבערט האָט איבערגעגעבן, אַז די דרײַ הײַיאָריקע Tent־ פּראָגראַמען האָבן געהאַט אַ גרויסן דערפֿאָלג. „מיר איז געווען אַ חידוש, ווי גרויס איז געווען דער אינטערעס פֿון די אָנטייל־נעמער צו די ייִדישע טעמעס, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זייער באַציִונג צו ייִדישקייט איז געווען אַ שוואַכע. עס באַפֿרידיקט מיך זייער וואָס מענטשן, וועלכע האָבן ניט קיין שום שטאַרקן ייִדישן הינטערגרונט אָדער ייִדישע דערציִונג האָבן פֿיל גענאָסן פֿון דער פּראָגראַם.‟

אין 2014 פּלאַנירט דער ייִדישער ביכער־צענטער צו פֿאַרגרעסערן די פּראָגראַם אויף אַ ממשותדיקן אופֿן: עס וועלן פֿאָרקומען 10 פּראָגראַמען איבער גאַנץ אַמעריקע. כּדי צו קענען שאַפֿן מער Tent-פּראָגראַמען, וועט דער ייִדישער ביכער־צענטער שאַפֿן „קאָנצעסיעס‟ (franchises בל׳׳עז) מיט אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, וואָס וועלן אַליין אַדורכפֿירן די פּראָגראַמען אונטער דער השגחה פֿון ד׳׳ר לאַמבערט און זײַנע קאָלעגן. „דער געדאַנק, אַז אַנדערע אָרגאַניזאַציעס זאָלן אַליין אָנפֿירן מיט די פּראָגראַמען, איז געווען בעצם אַ פּראַקטישער‟, — האָט ד׳׳ר לאַמבערט דערקלערט. „דאָס הייסט, אַז דער ייִדישער ביכער־צענטער וואָלט ניט געקענט אַליין אַדורכפֿירן די 10 פּראָגראַמען, און אויב יאָ, וואָלט עס געקאָנט איבערנעמען די גאַנצע אָרגאַניזאַציע.‟

ד׳׳ר לאַמבערט האַלט, אַז דער פֿאַקט וואָס מע מאַכט די פּראָגראַמען דורך אַזאַ מין „קאָנצעסיעס‟, שטעלט מיט זיך אויך פֿאָר ריזיקע בענעפֿיטן: ס׳מיינט, ניט נאָר אַז די פּראָגראַמען קענען עקזיסטירן, נאָר ס׳שטיצט אויך פֿינאַנציעל אַנדערע אָרגאַניזאַציעס און דערלאָזט, זיי זאָלן קענען אַליין שאַפֿן פּראָגראַמען, וואָס אַנדערש וואָלט עס געווען אוממעגלעך זיי צו טאָן. ד׳׳ר לאַמבערט גיט צו, אַז Tent שאַפֿט אויך פֿאַר די אָרגאַניזאַציעס אַ נײַעם יונגן עולם פֿאַראינטעריסירטע.

געוויסע מענטשן וועלן פֿרעגן, ווי אַזוי קומט Tent צום ייִדישן ביכער־צענטער? ד׳׳ר לאַמבערט באַטאָנט, אַז דורכן ראַטעווען די ייִדישע ביכער האָט דער צענטער לכתּחילה געוואָלט פּרעזערווירן די גערעדטע און פּאָפּולערע קולטור פֿון אַ פֿאַרגאַנגענעם דור, ניט בלויז די ספֿרים און וויסנשאַפֿטלעכע ביכער. דאָס הייסט, מע האָט געוואָלט אײַנהאַלטן די קולטור פֿון ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר. „Tent פֿאָלגט די זעלביקע לאָגיק: עס פֿאַרנעמט זיך מיט דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער קולטור און פּרובירט זי פֿאַרבינדן מיט דער ייִדישער געשיכטע, און לאָזן די מענטשן וויסן וועגן די פֿאַרבינדונגען.”

אַ פּאָר אָנטייל־נעמער וועלכע האָבן גערעדט מיטן „פֿאָרווערטס‟ האַלטן, אַז Tent האָט געטראָפֿן אין „פּינטל‟. מיכאל יוטשינסקי, וואָס האָט זיך באַטייליקט אין דער הײַיאָריקער פּראָגראַם פֿון „שעפֿעריש שרײַבן‟, האָט איבערגעגעבן, אַז די פּראָגראַם איז אים שטאַרק געפֿעלן און זייער צונוץ געקומען. „די ליטעראַרישע דיסקוסיעס מיט ד׳׳ר לאַמבערט און די לעקציעס פֿון איליין פּאָלאַק, אַ טאַלאַנטירטע לערערקע מיט אַ האַרציק געפֿיל, וואָלטן ניט געקענט זײַן בעסער‟, — האָט יוטשינסקי באַטאָנט.

די צען Tent־פּראָגראַמען אין 2014 וועלן זײַן: קאָמיקס; צוויי וועגן ייִדישע מאכלים; „שעפֿערישע שרײַבן‟; „פּאָפּ‟־מוזיק; זשורנאַליזם; מוזייען; די דרומדיקע שטאַטן פֿון אַמעריקע; מאָדע און קאָמעדיע. די ערשטע פֿון די פּראָגראַמען, קאָמיקס, קומט פֿאָר אין יאַנואַר אין ניו־יאָרק און ווערט אָנגעפֿירט פֿון דער אָפּטיילונג פֿון ייִדישע שטודיעס בײַם קאָלומביע אוניווערסיטעט. מע וועט אָננעמען אַפּליקאַציעס ביזן 24סטן נאָוועמבער. די צווייטע פּראָגראַם וועט זײַן איינע פֿון די צוויי פּראָגראַמען וועגן עסן, און זי וועט פֿאָרקומען פֿונעם 16טן־22סטן מאַרץ. די פּראָגראַם ווערט אָנגעפֿירט פֿונעם סקירבאַל־צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור אין לאָס־אַנדזשעלעס. אַפּליקאַציעס וועט מען אָננעמען ביזן 24סטן נאָוועמבער. כּדי צו דערוויסן זיך, וווּ און ווען עס וועלן פֿאָרקומען די אַנדערע פּראָגראַמען באַזוכט tentsite.org



Would you like to receive updates about new stories?




















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.