נײַע פּראָגראַם פֿאַר ייִדישער קונסט

New Jewish Arts Program

פֿון ריני גערט־זאַנד (Forward)

Published November 19, 2013, issue of December 06, 2013.

די פּראָפֿעסאָרין דזשינאַ ווײַסמאַן־דזשאָזעליט
The University of Toledo
די פּראָפֿעסאָרין דזשינאַ ווײַסמאַן־דזשאָזעליט

דער „אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון דזשאָרדזש וואַשינגטאָן‟ האָט אַנאָנסירט אַ נײַע מאַגיסטער־פּראָגראַם פֿאַר „עקספּערימענטאַלער בילדונג און דער ייִדישער קולטור־קונסט‟. פֿריִער, האָט דער אוניווערסיטעט שוין פֿאָרגעלייגט אַ גראַדויִר־פּראָגראַם פֿאַר „ייִדישער קולטור־קונסט‟. אין פֿאַרגלײַך מיטן דאָזיקן אַקאַדעמישן פּריאָעקט, וואָס פֿאָקוסירט זיך מער אויף אַדמיניסטראַטיווע ענינים פֿון מוזייען און אַנדערע קונסט־אונטערנעמונגען, שטעלט די נײַע בילדונג־פּראָגראַם אַן אַנדער צוועק: צוצוגרייטן פּראָפֿעסיאָנעלע לערער פֿאַר נײַע ייִדישע קולטור־פּראָגראַמען.

די נײַע מאַגיסטער־פּראָגראַם, וואָס עפֿנט זיך דעם קומענדיקן זומער, איז געשאַפֿן געוואָרן אַ דאַנק 1.47 מיליאָן דאָלאַר שטיצע פֿון דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון דזשים דזשאָזעף‟. די פּראָפֿעסאָרין דזשינאַ ווײַסמאַן־דזשאָזעליט, וועלכע פֿירט אָן מיט דער דערמאָנטער גראַדויִר־פּראָגראַם, וועט אויך ווערן די מיטדירעקטאָרין פֿונעם נײַעם פּראָיעקט. אין אַ שמועס מיטן Forward, האָט זי איבערגעגעבן, אַז די עקזיסטירנדיקע אַקאַדעמישע פּראָגראַמען, וואָס האָבן צו טאָן מיט קונסט, אָריענטירן זיך אויף די פֿאַרוואַלטער. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם נײַעם פּראָיעקט האָפֿן אָבער צו אַנטוויקלען די ייִדישע קונסט־אונטערנעמונגען סײַ וואָס שייך אַדמיניסטראַציע, סײַ וואָס שייך בילדונג און תּוכן.

דזשאָזעליט האָט צוגעגעבן, אַז אַ סך מענטשן אינטערעסירן זיך מיט די ייִדישע קונסט־פּראָיעקטן, אָבער זענען אַליין נישט באַקאַנט מיט דער ייִדישער קונסט, און פֿאַרקערט: די קונסט־קענער און שאַפֿער זענען, געוויינטלעך, ווײַט פֿון די פֿאַרוואַלטונג־פּאָזיציעס. די פּראָפֿעסאָרין האָפֿט, אַז די נײַע גראַדויִר־פּראָגראַם וועט העלפֿן צוצוגרייטן פּראָפֿעסיאָנעלע יונגע אַדמיניסטראַטאָרן וכּדומה, וועלכע וועלן קאָנען זיך באַטייליקן אין דער ייִדישער קונסט־וועלט אויף אַ שעפֿערישן אופֿן. „ס׳איז פֿאַראַן אַ ריזיקער קוואַל פֿון ענערגיע און שעפֿערישקייט פֿאַר די יונגע־לײַט, וואָס קאָנען באַדינען די ייִדישע קהילה אויף אַ פֿרײַען און שעפֿערישן אופֿן, נישט פֿאַרבונדן מיט אַ קאָנקרעטער רעליגיעזער דענאָמינאַציע.‟