די שארית־הפּליטה: נאָך מער הוצאות

Last Generation of Survivors Face Higher Costs

קענעט און אײַדאַ דאַנציגער, ביידע 68־יאָריקע לעבן געבליבענע פֿון חורבן, לעבן די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זייערע אייניקלעך
Gettty Images
קענעט און אײַדאַ דאַנציגער, ביידע 68־יאָריקע לעבן געבליבענע פֿון חורבן, לעבן די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זייערע אייניקלעך

פֿון האָדי נימס (Forward)

Published November 19, 2013, issue of December 06, 2013.

די סאָציאַלע אָרגאַניזאַציע Selfhelp, וואָס באַדינט די עטלערע לײַט, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ באַריכט, לויט וועלכן במשך פֿון די קומענדיקע 13 יאָר וועט די צאָל לעבעדיקע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה פֿאַלן מער ווי צוויי מאָל; די הוצאות פֿאַר זיי וועלן אָבער שטײַגן.

לויטן חשבון פֿון דער אָרגאַניזאַציע, וווינען הײַנט אין ניו־יאָרק 65,000 מענטשן, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. צום יאָר 2025, וועלן בלײַבן לעבן בלויז 23,000 פֿון זיי. די עלטער־ווערנדיקע זקנים וועלן זיך אָבער נייטיקן אין מער הילף; צוליב דעם, וועלן זייערע באַדערפֿענישן קאָסטן מער ווי אויף 20 פּראָצענט טײַערער, ווי איצט. די הוצאות אויף די עלטערע לײַט פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס Selfhelp באַזאָרגט, וועלן שטײַגן פֿון 9.9 ביז 12.6 מיליאָן דאָלאַר אַ יאָר.

די אָרגאַניזאַציע איז די איינציקע אינעם הײַנטיקן ניו־יאָרק, וואָס קאָן אַליין באַטראַכט ווערן ווי אַ „קרובֿ‟ פֿון די חורבן־געליטענע. Selfhelp איז געגרינדעט געוואָרן אין די 1930 יאָרן, כּדי צו העלפֿן די ייִדישע פּליטים פֿון אייראָפּע. איצט אַרבעטן אין איר 45 באַאַמטע, וועלכע באַזאָרגן די ניצול־געוואָרענע מיט דער מעדיצינישער און פֿינאַנציעלער הילף. הגם די אָרגאַניזאַציע העלפֿט אויך אַנדערע מענטשן, האָט איינער פֿון אירע פֿאַרוואַלטער, אליהו קאָווער, דערקלערט, אַז איר „עיקר־מיסיע‟ איז צו העלפֿן דער שארית־הפּליטה.

במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, האָט Selfhelp געהאָלפֿן 5,300 ניצול־געוואָרענע פֿונעם חורבן. אינעם יאָר 2025, וועט זי, לויטן חשבון, באַדינען בערך די זעלבע צאָל מענטשן. קאָווער האָט איבערגעגעבן, אַז יעדעס יאָר ווענדן זיך צו זיי אַרום 700 נײַע קליענטן — צומאָל אַפֿילו 95־יאָריקע זקנים. צום יאָר 2020, וועלן אַפֿילו די געבוירענע אין די לעצטע חדשים פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, זײַן איבער 75 יאָר אַלט. אין אַזאַ עלטער, נייטיקן זיך מענטשן אין מער אינטענסיווער הילף. די שוידערן פֿונעם חורבן און דאָס שווערע לעבן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן, פֿאַרשטייט זיך, איבערגעלאָזט אַ שטאַרקן רושם אויפֿן פֿיזישן מצבֿ פֿון די לעבן־געבליבענע. דערצו, ברענגט דאָס לעבן אין אַ שפּיטאָל אָדער מושבֿ־זקנים באַזונדערע פּסיכאָלאָגישע טראַוומעס.